שיקאַגער וואַרשטאַט וועט לערנען ווי צו דעשיפֿרירן ייִדישע כּתבֿ־ידןChicago workshop on deciphering handwritten Yiddish texts
דער צוויי־טאָגיקער קורס וועט ווײַזן פֿאָרשער פֿאַרשידענע סטראַטעגיעס צו לייענען אַן אומקלאָרע האַנטשריפֿט.

Graphic by Angelie Zaslavsky
אַז מע קען גוט ייִדיש און דעם אַלף־בית איז ניט שווער צו לייענען ייִדישע ביכער און צײַטונגען, סײַדן עס גייט אַ רייד וועגן רש׳׳י־שריפֿט אָדער דער אַמאָליקער ווײַבערטײַטש־שריפֿט (די קורסיווער שריפֿט פֿון אַלטע געדרוקטע ביכער). וואָס שייך מאָדערנע ביכער (זינט די 1830ער יאָרן) זענען די פֿאָרמען פֿון די געדרוקטע אותיות בדרך־כּלל גרינג צו דערקענען.
אַז מע וויל אָבער לייענען עפּעס געשריבן מיט דער האַנט, איז אָפֿט מאָל גאָר אַן אַנדער מעשׂה. דער אופֿן ווי אַזוי דער שרײַבער האָט פֿורמירט די אותיות בײַם שרײַבן מיטן פֿעדער און טינט איז געווען אַנדערש פֿון איין ראַיאָן צו אַן אַנדערן, און אַפֿילו פֿון איין מענטש צו אַ צווייטן. כאָטש די הײַנטיקע ישׂראלים שרײַבן העברעיִש און די חסידים — ייִדיש מער־ווייניקער אויף אַן איינהייטלעכן אופֿן, האָט מען פֿאַר דער מלחמה געשריבן געוויסע אותיות ווי „א‟, „ם‟, „ן‟, „ף‟ און אַפֿילו „ר‟ אויף כּלערליי אופֿנים.
כּדי צו באַקענען ייִדיש־פֿאָרשער מיט האַנט־געשריבענע ייִדישע בריוו און כּתבֿ־ידן, זיי זאָלן קענען בעסער דעשיפֿרירן די דאָזיקע טעקסטן, אָרדנט מען אײַן אַ ספּעציעלן צוויי־טאָגיקן קורס בײַם שיקאַגער אוניווערסיטעט, אין וועלכן מע וועט לערנען די פֿאָרשער סטראַטעגעיס ווי אַזוי זיך אַן עצה צו געבן מיט שווערע האַנטשריפֿטן. יאַנקל סאַלאַנט, אַ לאַנגיאָריקער קינסטלערישער רעדאַקטאָר פֿון עטלעכע ייִדישע זשורנאַלן און צענדליקער ביכער און אַ מומחה בײַם דעשיפֿרירן ייִדישע כּתבֿ־ידן, וועט באַקענען דעם עולם מיט פֿאַרשידענע מינים ייִדישע שריפֿטן און ווי אַזוי מע קען זיי גרינגער לייענען.
די וואַרשטאַטן, וואָס זענען בחינם און נעמען אַרײַן פֿיר מאָלצײַטן, וועלן פֿאָרקומען זונטיק, דעם 6טן סעפּטעמבער 2020 פֿון צוועלף אַ זייגער מיטאָגצײַט ביז נײַן אַ זייגער אין אָוונט און מאָנטיק, דעם 7טן סעפּטעמבער, פֿון אַכט אַ זייגער אין דער פֿרי ביז דרײַ אַ זייגער נאָך מיטאָג. כּדי אָנטייל צו נעמען אין דער פּראָגראַם, שיקט אַרײַן אַן אַפּליקאַציע, ביזן 1טן יוני. קוועטשט דאָ.
די פּראָגראַם ווערט אָרגאַניזירט דורך ד׳׳ר דזשעסיקאַ קירזיין, דער ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין בײַם שיקאַגער אוניווערסיטעט בשותּפֿות מיט „אין געוועב‟ און אַ ריי אַקאַדעמישע אָפּטיילן בײַם שיקאַגער אוניווערסיטעט, נאָרטוועסטערן־אוניווערסיטעט, דעם אילינויער אוניווערסיטעט און דעם וויסקאָנסאָנער אוניווערסיטעט.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, קוועטשט דאָ.
אַן אַרטיקל פֿון שׂרה־רחל שעכטער וועגן די שוועריקייטן פֿון דעשיפֿרירן ייִדישע כּתבֿ־ידן און ווי אַזוי די איבערזעצער גיבן זיך אַן עצה דערמיט קען מען לייענען דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
