Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די האָרעוואַניע פֿון איבערזעצן „הערי פּאָטער‟ אויף אַ נאַטירלעכן ייִדישThe tricky task of translating Harry Potter into authentic Yiddish

דער איבערזעצער אַרעלע ווישוואַנאַט דערקלערט פֿאַר וואָס די אויסגעטראַכטע וואַלוטע knut איז אויף ייִדיש געוואָרן אַ „ניקסל‟.

ווען אַרעלע ווישוואַנאַט, דער ייִדישער איבערזעצער פֿון דזש. ק. ראָולינגס „הערי פּאָטער און דער פֿילאָסאָפֿישער שטיין‟ — אַ בוך וואָס מע האָט ביז איצט שוין פֿאַרקויפֿט 2,500 עקזעמפּלאַרן דערפֿון — איז געווען 12 יאָר אַלט איז ער שיִער נישט אַרײַן אין אַ דעפּרעסיע.

כאָטש ער, אַן אייניקל פֿונעם לינגוויסט מרדכי שעכטער און אַ זון פֿון דער ייִדישער פּאָעטעסע און קולטור־טוערין גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, איז דערצויגן געוואָרן אויף ייִדיש, און געווען נאָענט מיט אַ טוץ ייִדיש־רעדנדיקע שוועסטערקינדער, האָט ער איין טאָג בײַם איבערלייענען אַ מעשׂה אויף ייִדיש זיך געכאַפּט, אַז ער פֿאַרשטייט ניט אַ סך פֿון די ווערטער.

„דאָס האָט מיך זייער איבערגעשראָקן, ממש דעפּרעמירט‟, האָט אַרעלע געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיטן פֿאָרווערטס. „זינט דעמאָלט האָב איך געפֿילט אַ שטאַרקן דרוק צו פֿאַרבעסערן מײַן לשון. האָב איך אָנגעהויבן לייענען וואָס מער, און פֿאַרשריבן די ווערטער וואָס זענען מיר נישט געווען באַקאַנט.‟

[באַמערקונג: אַרעלע איז אַ פּלימעניק פֿון דער פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין שׂרה־רחל שעכטער.]

כּמעט צו דער זעלביקער צײַט האָט ער, ווי הונדערטער מיליאָנען קינדער איבער דער וועלט, געלייענט דעם ערשטן ראָמאַן פֿון דער „הערי פּאָטער‟־סעריע. „דעם אמת געזאָגט, האָט עס מיך נישט אַזוי פֿאַרכאַפּט. איך האָב עס איבערגעלייענט און שוין. ס׳האָט זיך מיר דעמאָלט אַפֿילו נישט געחלומט, אַז דאָס בוך וועט אַמאָל ווערן אַזאַ וויכטיקער טייל פֿון מײַן לעבן‟.

Harry Potter Yiddish

Image by Olniansky Text

במשך פֿון די יאָרן האָט ער געלייענט כּלערליי מינים ייִדישע ביכער, שטודירט די פֿאַרשידענע ייִדישע דיאַלעקטן און געשטרעבט צו רעדן אַ מער נאַטירלעכן ייִדיש, וואָס זאָל, ווי ווײַט מעגלעך, נישט באַווירקט ווערן פֿון ענגליש. בײַ זײַנע ייִדיש־רעדנדיקע חבֿרים און קרובֿים, האָט ער באַקומען אַ שם ווי אַן ערשט־ראַנגיקן ייִדיש־קענער, איינער פֿון די מענטשן מיט וועמען מע זאָל זיך האַלטן אַן עצה, טאָמער מע האָט אַ שווערע פֿראַגע וועגן אַ וואָרט, אויסדרוק צי גראַמאַטישן כּלל. כאָטש ער האָט געוווּסט, אַז ער וויל העלפֿן ייִדיש־רעדער פֿאַרבעסערן זייער קענטעניש פֿון מאַמע־לשון, האָט ער ניט געוווּסט, וואָס פֿאַר אַ פּראָיעקט זיך אונטערצונעמען.

אין אָקטאָבער 2017 האָט ער גערעדט מיט זײַן פֿרוי טלי אַדלער, אַליין אַ גרויסע אָנהענגערין פֿון דער „הערי פּאָטער‟ ביכער־סעריע. זי האָט אים פֿאָרגעלייגט, ער זאָל איבערזעצן אויף ייִדיש דעם ערשטן באַנד. „פּלאַנירסטו טאַקע אויפֿצוהאָדעווען ייִדיש־רעדנדיקע קינדער אין אַ וועלט, וווּ זיי קענען בכלל נישט לייענען ׳הערי פּאָטער׳ אויף ייִדיש?‟ האָט זי אים געפֿרעגט.

אין פּרינציפּ איז טליס אײַנפֿאַל אים געפֿעלן געוואָרן, נאָר ער האָט ניט געוווּסט, צי ער איז מסוגל עס צו טאָן. קודם האָט ער ניט געהאַלטן אַז זײַן ייִדיש־פֿעיִקייט קען זיך פֿאַרגלײַכן מיט די ייִדן, ווי זײַנע באָבע־זיידע, וואָס האָבן זי גערעדט אין אַ נאַטירלעכער סבֿיבֿה אין אַמעריקע, שוין אָפּגערעדט פֿונעם פֿריִערדיקן דור וואָס האָט נאָך גערעדט די שפּראַך אין דער אַלטער היים.

דערצו, כאָטש „הערי פּאָטער‟ איז אַ ראָמאַן פֿאַר קינדער, איז ער ווײַט ניט קיין גרינג ווערק איבערצוזעצן. פּונקט פֿאַרקערט: אַן עיקרדיקער טייל פֿון ראָולינגס ביכער איז די „כּישוף־וועלט‟ (™wizarding world) אין וועלכער הערי פּאָטער און זײַנע חבֿרים ראַנגלען זיך מיט זייערע שׂונאים. ראָולינג וועבט צונויף דעם בריטישן פֿאָלקלאָר וועגן כּישוף־מאַכערס, שפּראָצן, דראַקאָנען און אַנדערע מיטאָלאָגישע חיות מיט הונדערטער רמזים אויף דער בריטישער קולטור בכלל, און אויפֿן לעבן־שטייגער אין די פֿאַרמעגלעכע בריטישע פּאַנסיאָנאַטן, וווּ די תּלמידים וווינען אין באַזונדערע „הײַזער‟ (אינטערנאַטן) וואָס קאָנקורירן איינער מיטן צווייטן, בפֿרט.

אַחוץ איר חוש פֿאַר פֿאַנטאַזיע און פֿאַרן שאַפֿן שפּאַנענדיקע מעשׂיות, איז ראָולינג אויך אַ געניטע פֿילאָלאָגין, וועמענס קענטעניש פֿון אַלט־ענגליש, פֿראַנצייזיש און לאַטײַניש גיט אַ סך צו צו אירע ווערק. דער נאָמען פֿון יעדן העלד אירע טראָגט אַ באַטײַט, וואָס שפּיגלט אָפּ זײַן כאַראַקטער אויף אַ סובטילן אופֿן. די נעמען פֿון די וועלדער, גאַסן און געשעפֿטן אינעם בוך זענען גאַנץ ענלעך, ווי אויך די נעמען פֿון די אויסגעטראַכטע חיות, פֿלאַנצן און כּישופֿדיקע אָביעקטן. כּדי איבערצוזעצן אַזעלכע נעמען, דאַרף מען פֿאַרשטיין די שפּראַכלעכע עלעמענטן, וואָס ראָולינג האָט צונויפֿגעפּאָרט, און געפֿינען פֿאַר זיי עקוויוואַלענטן אויף אַן אַנדער שפּראַך וואָס זאָלן בײַם לייענער שאַפֿן דעם זעלביקן עפֿעקט. דער ענין איז אַזוי קאָמפּליצירט, אַז מע האָט אים עטלעכע מאָל אַרומגערעדט אין אַרטיקלען פּובליקירט אין אַקאַדעמישע זשורנאַלן געווידמעט פֿילאָלאָגיע, לינגוויסטיק און איבערזעצונג־שטודיעס.

נאָכן אַרומרעדן דעם ענין מיט אַנדערע ייִדיש־קענער, האָט אַרעלע באַשלאָסן זיך אונטערצונעמען דעם פּראָיעקט. ער האָט צונויפֿגעזאַמלט אַן אומפֿאָרמעלן ראָט אים אַרויסצוהעלפֿן מיט עצות און מיטן לייענען קאָרעקטור. ספּעציעל וויכטיק אין דער גרופּע זענען געווען דער לינגוויסט יאַנקל־פּרץ בלום און זײַן אייגענע מאַמע, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט.

אַרעלע האָט זיך גענומען צו דער אַרבעט, שאַפֿנדיק אַ גלאָסאַר פֿון הונדערטער אויסגעטראַכטע ווערטער און טערמינען פֿאַרבונדן מיט כּישוף. דערצו האָט ער געדאַרפֿט אויסזוכן עקוויוואַלענטן פֿאַר טערמינען וואָס באַשרײַבן די בריטישע קולטור, מאכלים און צענדליקער זעלטענע געוויקסן, וואָס ס׳רובֿ מענטשן ווייסן ניט וואָס זיי הייסן אַפֿילו אויף ענגליש.

Arun Viswanath

אַרעלע ווישוואַנאַט Image by Arun Viswanath

„כּדי אַרויסצודרינגען וואָס ראָולינג מיינט מיט אַ געוויסן טערמין, דאַרף מען קודם דורכלייענען אַלע ביכער,‟ האָט אַרעלע דערקלערט. „מיט אַ מיטאָלאָגישן באַשעפֿעניש דאַרף מען פֿאַרשטיין וואָס עס זענען זײַנע הויפּטשטריכטן. אַ קאָבאָלד צו אַ ׳גאָבלין׳ איז נישט תּמיד גלײַך, און אַפֿילו אויף ענגליש איז אַ ׳גאָבלין׳ צו אַ ׳גאָבלין׳ נישט אין גאַנצן אויסגעהאַלטן. דאַרף מען אַלצדינג איבערלייענען כּדי צו פֿאַרשטיין וואָס ראָולינג איז אויסן. ערשט דערנאָך גייט מען צום ייִדישן ווערטער־אוצר און מע פּרוּווט צו געפֿינען עפּעס וואָס דעקט זיך מיטן טערמין.”

עטלעכע בײַשפּילן ווײַזן אָן אויף אַרעלעס צוגאַנג צום איבערזעצן. פֿאַר די אינטערנאַט־הײַזער, וווּ עס וווינען די תּלמידים אין דער „האַגוואָרץ שול פֿון כּישוף־מאַכערײַ און צויבערײַ‟, האָט ער טייל מאָל צונויפֿגעפּאָרט ייִדישע ווערטער וואָס דעקן זיך מיטן ענגלישן אָריגינאַל, און אַנדערע מאָל — די נעמען פּשוט טראַנסליטערירט. Gryffindor ווערט אין זײַן איבערזעצונג „גאָלדנגריף‟. דער „גריף‟ אינעם נאָמען פֿאַררופֿט זיך אויפֿן griffin, אַ מיטאָלאָגיש באַשעפֿעניש וואָס איז אַ געמיש פֿון אַן אָדלער און אַ לייב. אַרעלע האָט געהאַלטן דעם „גריף‟, וואָס קלינגט ווי דער רויבפֿויגל וואָס הייסט אויף ייִדיש אַ „גריף‟ (vulture), אָבער באַשלאָסן איבערצוזעצן dor, וואָס מיינט אויף פֿראַנצייזיש „פֿון גאָלד‟. אויף אַן ענלעכן אופֿן האָט ער בוכשטעבלעך איבערגעזעצט דעם הויז־נאָמען Ravenclaw, וואָס אויף ייִדיש ווערט עס „ראָבנקרעל‟. פּונקט אַזוי ווי „גאָלדנגריף‟ האַלט עס אויף דעם קלאַנג און ריטעם פֿונעם אָריגינאַל. דעם הויז־נאָמען Hufflepuff, וואָס האָט ניט קיין קלאָרע עטימאָלאָגיע, האָט ער געלאָזט ווי עס איז: „האָפֿלפּאָף‟.

מיט די נעמען פֿון העלדן האָט ער אויך געדאַרפֿט נעמען אין באַטראַכט סײַ זייער בוכשטעבלעכן באַטײַט, סײַ דעם קלאַנג און ריטעם פֿון די ווערטער. Emeric the Evil ווערט אין זײַן איבערזעצונג „עמעריך דער אומערלעכער‟ און Elfric the Eager — „עלפֿריך דער אייפֿעריקער‟.

וואָס שייך געוויקסן — זייער אַ וויכטיקער אַספּעקט פֿון דער „כּישוף־וועלט‟ — האָט ער געפֿאָרשט די טערמינען פֿון צענדליקער זעלטענע ביימער, קוסטן, וואָרצלען און מאָכן, וואָס ווערן גענוצט אין כּישוף־טרונקען (magic potions) אָדער ווערן דערמאָנט ווי טאָפּאָנימען (נעמען פֿון ערטער). ווי מיליאָנען קינדער ווייסן, וווינט הערי פּאָטער אויף Privet Drive. ס׳רובֿ לייענער ווייסן אָבער ניט, אַז אַ Privet איז אַ געוויקס, וואָס אויף ייִדיש הייסט עס „ליגוסטער‟. איז, אויף מאַמע־לשון וווינט ער אויף דער „ליגוסטער־גאַס‟.

Wolfsbane, אַ מין בלום וואָס מע האָט הונדערטער יאָרן לאַנג גענוצט סײַ פֿאַר מעדיצינישע צוועקן, סײַ צו מאַכן סמען, באַווײַזט זיך אָפֿט אין די כּישוף־טרונקען וואָס די תּלמידים מאַכן אין זייערע קלאַסן. כאָטש ס׳רובֿ ייִדיש־רעדער האָבן קיינמאָל ניט געהערט פֿון אַזאַ פֿלאַנץ, באַווײַזט זיך אינעם טעקסט זײַן אַלטער ייִדישער טײַטש: וועלפֿישער סם. מיט אַן אַנדער סטראַטעגיע האָט אַרעלע זיך געמאָסטן מיטן devil’s snare, אַ האַלוצינאָנעריש געוויקס וואָס איז שטאַרק פֿאַרבונדן מיט די אַמאָליקע כּישוף־מאַכער אין אייראָפּע און די וווּדו־גײַסטלעכער אין האַיִטי. כאָטש עס עקסיסטירט יאָ אַ ייִדישער טערמין פֿאַרן דאָזיקן געוויקס, האָט אַרעלע בוכשטעבלעך איבערגעזעצט זײַן ענעלגישן נאָמען אויף ייִדיש ווי „טײַוול־פּאַסטקע‟, עס זאָל בײַם לייענער אַרויסרופֿן דאָס זעלביקע געפֿיל ווי דער ענגלישער אָריגינאַל.

וואָס שייך די כּישופֿדיקע און מיטאָלאָגישע באַשעפֿענישן האָט אַרעלע דורכגעבלעטערט אַ ריי ייִדישע ביכער אויף דער טעמע, ווי אויך ווערטערביכער. געוויסע פֿון די ווערטער, ווי קאַרליקן, וואָלקעלאַקן, וואַמפּירן און איינהאָרנס, האָבן פּינקטלעכע עקוויוואַלענטן אויף מאַמע־לשון. בײַ אַנדערע האָט ער אַדאָפּטירט דעם אינטערנאַציאָנאַליזם: טראָל, זאָמבי, באַנשי, אָגרע וכודמה. מיט אַנדערע באַשעפֿענישן האָט ער צוגעפּאַסט גײַסטער און שדים פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר צו ראָולינגס כּישופֿדיקן ענגלאַנד: Hag זעצט ער איבער ווי „קאָלדוניע‟ (אַ מין מכשפֿה) און ghoul — אַ שד פֿונעם פּערסישן פֿאָלקלאָר וואָס עסט אויף פֿרישע מתים, ווי „לאַנטעך‟, אַ שד אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר וואָס איז ענלעך סײַ צו אַ קאָבאָלט, סײַ צו אַ שטוב־שד (poltergeist).

אַרעלעס קענטעניש פֿון דער לעקסיקאָגראַפֿיע זעט מען בולט אָן אין זײַן איבערזעצונג פֿון די אויסגעטראַכטע וואַלוטעס, וואָס ווערן גענוצט דורך די כּישוף־מאַכער. די קלענסטע מטבע הייסט אַ knut און אין דער ייִדישער איבערזעצונג — אַ „ניקסל‟. פֿאַר וואָס אַ ניקסל? די אויסגעטראַכטע וואַלוטע knut, האַלט אַרעלע, איז אַ ווערטערשפּיל. אויב מע רעדט ניט אַרויס דעם k, קלינגט עס ווי דאָס ענגלישע וואָרט פֿאַר „ניט‟ אָדער „גאָרניט‟, וואָס שטימט מיט דעם, וואָס די מטבע איז, אַזוי ווי אַ פּעני, ווערט זייער ווייניק. אויף מערבֿ־ייִדיש מיינט „ניקס‟ — „ניט‟, און אַ „ניקסל‟ וואָלט דערפֿאַר געקענט מיינען אַ נישטל. דערצו, קלינגען סײַ דאָס ענגלישע, סײַ דאָס ייִדישע וואָרט זייער ענלעך צום וואָרט פֿאַר „ניסל‟, אַ שפּײַז וואָס ווערט פֿון לאַנג אַסאָציִיִרט אין דער רעדשפּראַך מיט קליינגעלט וואָס איז ווייניק ווערט.

דאָס געפֿינען ייִדישע טערמינען פֿאַר אויסגעטראַכטע און ווייניק באַקאַנטע ווערטער איז אָבער ניט געווען אַרעלעס שווערסטע אויפֿגאַבע בײַם איבערזעצן דאָס בוך. כאָטש ער האָט געשטרעבט, אַז זײַן ייִדיש זאָל קלינגען נאַטירלעך, „האָב איך נישט געוואָלט פֿאַרייִדישן די וועלט פֿון ׳הערי פּאָטער׳, נאָר זי איבערגעבן אין אַ ייִדיש־שפּראַכיקער קליידונג‟. להיפּוך צו אַ סך איבערזעצונגען פֿון ענגליש אויף ייִדיש וואָס מע האָט געמאַכט אין די לעצטע יאָרן, האָט אַרעלע דווקא באַשלאָסן ניט צו בײַטן די קריסטלעכע עלעמענטן אינעם טעקסט. מע פּראַוועט ניטל און פּאַסכע, מע טרעפֿט זיך אין אַ קרעטשמע וואָס הייסט דער „חזיר־קאָפּ‟ און ס׳איז קלאָר בײַם לייענען דעם טעקסט, אַז די כּישוף־מאַכער צי „מוגלען‟ (די מענטשן וואָס קענען ניט מאַכן קיין כּישוף) זענען אַלע גויים.

ווי אַזוי זאָל אָבער רעדן אַ בריטישער כּישוף־מאַכער אויף אַ לײַטישן ייִדיש? צוליב דעם וואָס געוויסע העלדן אינעם בוך רעדן אויף רעגיאָנעלע ענגלישע דיאַלעקטן, האָט אַרעלע געמאַכט געוויסע פֿון זײַנע העלדן פֿאַר ליטוואַקעס און אַנדערע פֿאַר גאַליציאַנער.

„איך האָב געפּרוּווט איבערגיסן די ׳כּישוף־וועלט׳ אין דער כּלי פֿון דער ייִדישער שפּראַך אָן דעם, אַז די פּערסאָנאַזשן זאָלן אַליין ווערן ייִדן. ׳פֿילטש׳ רעדט אַ ליטווישן ייִדיש, אַ ׳סאַבעסדיקן לאָסן׳ און העגריד, וואָס האָט פֿילטשן פֿײַנט און רעדט אינעם אָריגינאַל אויף זייער אַ דאָרפֿישן ענגליש, רעדט אויף אַ טיפֿן, כּמעט איבערגעטריבענעם פּוילישן ייִדיש. איך האָב געהאַלטן אַז אַזוי איז פּאַסיק, ווײַל עס העלפֿט צו ווײַזן די שפּאַנונג צווישן זיי. און ׳סנייפּ׳ און ׳מאַקגאָניגל׳ זענען דאָך אויך ליטוואַקעס, אין דעם איז נישטאָ קיין פֿראַגע. און בײַ „דאָמבלדאָר‟ (דער שולרעקטאָר, אַ מין תּלמוד־חכם פֿון דער ׳כּישוף־וועלט׳) האָב איך אויסגענוצט די געלעגנהייט און אים געגעבן אַ לומדישן רעגיסטער מיט אַ סך לשון־קודשדיקע ווערטער, כאָטש ער איז דאָך גאָר נישט קיין ייִד.‟

נאָך מער ווי צוויי יאָר האָרעוואַניע, האָפֿט אַרעלע אַז די ייִדיש־לייענער און ־סטודענטן וועלן הנאה האָבן פֿון זײַן איבערזעצונג און דורך דעם פֿאַרבעסערן זייער אייגענע קענטעניש פֿון דער שפּראַך. ער האָט שוין אָנגעהויבן איבערזעצן דעם צווייטן באַנד, וואָס וועט אויף ייִדיש הייסן „הערי פּאָטער און די סודות־קאַמער“.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.