פּסח־קאָנצערט אויף פֿיר ייִדישע שפּראַכןPassover Concert in Four Jewish Languages
די פּראָגראַם איז אַ טייל פֿון אַן איניציאַטיוו פֿונעם „פּראָיעקט פֿון ייִדישע שפּראַכן‟ בײַם „היברו־יוניאָן־קאַלעדזש‟.

Image by Getty Images
זינט 2002 פֿירט ד׳׳ר שׂרה בונין־בענאָר אָן מיט דער וועבזײַט „ייִדישע שפּראַכן‟, וואָס גיט איבער אַ סך אינפֿאָרמאַציע וועגן פֿאַרשידענע ייִדישע שפּראַכן און דינט ווי אַ דיגיטאַליש אָרט, וווּ די ספּעציאַליסטן וואָס פֿאָרשן זיי קענען זיך טרעפֿן און צוזאַמענאַרבעטן.
פֿון דער וועבזײַט איז אַרויסגעוואַקסן אַ ריי פֿאָרשערישע איניציאַטיוון אָנגעפֿירט פֿון ד׳׳ר בונין־בענאָר: אַ פּראָיעקט צו פֿאָרשן די ייִדישע און העברעיִשע ווערטער וואָס מע נוצט אויף ענגליש, שפּאַניש, פֿריינצייזיש, רוסיש און שוועדיש, אַן אַנקעטע וועגן נעמען בײַ אַמעריקאַנער ייִדן, פֿאָרשפּראָיעקטן וועגן דעם אופֿן ווי אַזוי מע לערנט העברעיִש אין דיאַמעריקאַנער זומער־לאַגערן און אַזוי ווײַטער. די איניציאַטיוון ווערן געשאַפֿן אונטערן דאַך פֿונעם „פּראָיעקט פֿון ייִדישע שפּראַכן‟, וואָס ווערט געשטיצט דורכן „היברו יוניאָן־קאַלעדזש‟, וווּ ד׳׳ר בונין־בענאָר איז אַ פּראָפֿעסאָרין.
אין צוזאַמענהאַנג מיט די פֿאַרשידענע אַקאַדעמישע איניציאַטיוון הייבט דער „ייִדישע שפּראַכן־פּראָיעקט‟ אָן אײַנצואָרדענען קאָנצערטן. לכּבֿוד פּסח וועלן אַ רײ זינגער אויפֿטרעטן זונטיק, דעם 15טן מאַרץ, מיט אַ ריי פּסח־לידער אויף ייִדיש, דזשודעזמע, ייִדיש־אַראַביש און ייִדיש־פּערסיש. אויף ייִדיש וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט מיט דזשערעמײַע לאָקוואָד און דזשוליע אײַזנבערג; אויף ייִדיש־אַראַביש — מיט אשר שאַשאָ־לוי און אויף דזשודעזמע און ייִדיש־פּערסיש — קלאָיִ פּאָרמאָראַדי. אַחוץ דער מוזיק גופֿא וועט ד׳׳ר בונין־בענאָר רעדן וועגן באַדראָטע ייִדישע שפּראַכן ווי די הײַנטיקע ייִדישע דיאַלעקטן פֿון אַרמיש און זשוהורי, די שפּראַך פֿון די באַרג־ייִדן. פּסחדיקע מאכלים וועלן סערווירט ווערן.
דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען אין לאָס־אַנדזשעלעס בײַם „פּיקאָ־אוניאָן־פּראָיעקט‟, 7 אַ זייגער אין אָוונט. די וואָס קענען ניט זײַן דערבײַ וועלן נאָכן 18טן מאַרץ האָבן אַ געלעגנהייט צו זען דעם קאָנצערט אויף דער אינטערנעץ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
