Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

צי האַלטן חסידים טאַקע אַ חזקה אױף ייִדיש?Do Hasidim Really Hold a Monopoly on Yiddish?

אַ ישׂראלדיקער היסטאָריקער אַנאַליזירט די סטאַדיעס פֿון דער פֿאַרהייליקונג פֿון ייִדיש בײַ חסידים במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 300 יאָר.

אַ סך פֿאָרשער האַלטן, אַז די צוקונפֿט פֿון ייִדיש װי אַ לעבעדיקע שפּראַך ליגט הײַנט־צו־טאָג אין די הענט פֿון חסידים. אָבער עד־היום בלײַבט נאָך װײניק געפֿאָרשט דער מערקװירדיקער פֿענאָמען פֿונעם אױפֿלעב פֿון ייִדיש בײַ די חסידים. דערפֿאַר איז װיכטיק יעדע נײַע פֿאָרשונג, װאָס לאָזט בעסער פֿאַרטײטשן די פֿונקציע און דעם באַטײַט פֿון ייִדיש בײַ חסידים אַמאָל און הײַנט.

אין אַן אַרטיקל, װאָס איז דערשינען אינעם ערשטן יערלעכן נומער פֿון Association for Jewish Studies Review, באַטראַכט דניאל רײסער דעם װיכטיקן ענין פֿון דער חסידישער „פֿאַרהײליקונג‟ פֿון דער ייִדישער שפּראַך.

היסטאָריש גערעדט, דערקלערט רײסער, איז דער לשון־קודשדיקער קאָמפּאָנענט געװען זײער בולט אין די חסידישע דרשות אױף ייִדיש, און פֿאַרקערט, מע קען געפֿינען אַ היפּש ביסל עלעמענטן פֿון ייִדיש בײַ די חסידישע לשון־קדושדיקע חיבורים. ייִדיש איז בײַ די חסידים קײן מאָל ניט געװען סתּם אַ שפּראַך װי אַנדערע שפּראַכן, און בפֿרט — דער גערעדטער ייִדיש פֿון זײערע צדיקים אוּן רביים.

ר’ שנאיור זלמן פֿון ליאַדי, דער גרינדער פֿון דער חב”ד־שיטה אין חסידות, האָט פֿאַרגליכן די ייִדישע שפּראַך מיט אַראַמעיִש, דעם תּרגום־לשון, פֿון דער תּקופֿה פֿון די תּנאים און אמוראים. װען מען האָט איבערגעטײַטשט די תּורה אױף ייִדיש, איז די פּשוטע גערעדטע שפּראַך דערהױבן געװאָרן צו דער מדרגה פֿון אַ צװײט־ראַנגיקן לשון־קודש. אַן ענלעכע ראָלע פֿון ייִדיש קומט בולט פֿאָר אין די מעשׂיות פֿון ר’ נחמן פֿון בראָסלעװ. מען האָט זײ פֿאַרשריבן לכתּחילה אױף ייִדיש און דערנאָך איבערגעטײַטשט אױף לשון־קודש. דער דאָזיקער בײַשפּיל באַטאָנט דאָס גײַסטיקע חשיבֿות פֿוןּ דער לעבעדיקער גערעדטער ייִדישער שפּראַך אין דער חסידישער קולטור.

די אַקולטוראַציע פֿון ייִדן אין אײראָפּע האָט אַרויסגערופֿן אַ װידערשטאַנד מצד די חסידים און גאָר פֿרומע ייִדן. ייִדיש איז געװאָרן בײַ זײ אַ סימבאָל פֿון דער עכטער ייִדישקײט. דער חתם סופֿר האָט אין זײַן צװאה געהײסן, אַז ייִדן זאָלן ניט בײַטן זײערע נעמען, שפּראַך אָדער בגדים. פֿאַר זײַנע תּלמידים איז ייִדיש געװען הײליק ניט צוליב דעם, װאָס דאָס איז די שפּראַך פֿון לערנען תּורה, נאָר װי אַ לינגװיסטישער געװער אינעם קאַמף קעגן אַסימילאַציע. אױפֿן שװעל פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט זײַנען אַנטשטאַנען נײַע נאַציאָנאַלע אידעאָלאָגיעס, װאָס האָבן פּראָקלאַמירט, אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק, װי אַלע „נאָרמאַלע‟ פֿעלקער, דאַרף האָבן בלױז אײן נאַציאָנאַלע שפּראַך. בײַ די ציוניסטן איז דאָס געװען העברעיִש, בײַ די ייִדישיסטן — ייִדיש. אָבער די פֿרומע ייִדן זײַנען געװען קעגן אַזאַ צעטײלונג. פֿאַר זײ זײַנען בײדע שפּראַכן געװען חשובֿ און טײַער, און יעדע אײנע פֿון זײ האָט געהאַט אַן אײגן אָרט און אײגענע פֿונקציע אינעם ייִדישן לעבן־שטייגער.

רײסער טענהט, אַז עס איז היסטאָריש ניט ריכטיק צו באַטראַכטן העברעיִש װי אַן אױסשליסלעך הײליקע שפּראַך און ייִדיש װי אַן אױסשליסלעך װעלטלעכע: „עס איז ניט מעגלעך צו פֿאַרשטײן דעם סטאַטוס פֿון דער שפּראַך אין דער פֿרומער סבֿיבֿה און ניט נעמען אין באַטראַכט די סאָציאַלע בײַטן און דעם סטאַטוס פֿון דער שפּראַך אינעם מאָדערנעם געדאַנקען־גאַנג.‟ ער האַלט, אַז דער באַגריף פֿון דער הײליקײט פֿון העברעיִש איז אַ פּועל־יוצא פֿונעם מאָדערנעם קאַמף פֿון אײניקע חסידישע עדות קעגן דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע, װאָס האָבן פֿאַרוואַנדלט העברעיִש אין אַ טאָג־טעגלעכער שפּראַך. אָבער אױב הערברעיִש איז געװאָרן אַזױ הײליק, טאָ װאָס פֿאַר אַ שפּראַך איז טאַקע די סאַמע פּאַסיקסטע פֿאַר טאָג־טעגלעכע ענינים? באַקומט זיך, דערקלערט רײסער, אַז דאָס איז ייִדיש, װײַל דװקא ייִדיש קאָן אָפּהיטן ייִדן פֿון כּלערליי פֿרעמדע השפּעות, װאָס פֿירן צו אַסימילאַציע. אַזױ אַרום איז ייִדיש אױך געװאָרן „הײליק‟ בײַ חסידים, און דװקא אין יענע שטעט פֿון אײראָפּע און אַמעריקע, װוּ די אָרטיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג איז שױן אַריבער אױף אַן אַנדער שפּראַך: דײַטשיש, פּױליש, רוסיש, אונגאַריש אָדער ענגליש.

דער חורבן האָט געגעבן אַ נײַעם שטױס צו פֿאַרהײליקן ייִדיש. אײניקע חסידים האָבן צוגעשריבן ייִדיש אַ ספּעציעלן מיסטישן כּוח, אַ פֿעיִקײט גובֿר צו זײַן די בײזקײט פֿון דײַטשיש. בײַ די הײַנטיקע חסידים האָט ייִדיש באַקומען אַ נײעם סימבאָלישן חשיבֿות װי די שפּראַך פֿון די אומגעקומענע קדושים. דער היסטאָרישער איבערזיכט, װאָס פּראָפֿעסאָר רײסער גיט אין זײַן אַרטיקל, איז גאַנץ באַלערעװדיק, כאָטש ניט זײער אָריגינעל. אָבער זײַן אױספֿיר איז גאַנץ אומגעריכט: „די חרדישע און חסידישע סבֿיבֿות האָבן געהאַלטן כּמעט אַ פֿולקומע מאָנאָפּאָליע אױף דער ייִדישער שפּראַך נאָכן חורבן פֿונעם מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום‟. ס’טײַטש? פֿון װאַנען קומט אַזאַ קאַטעגאָרישער פּסק־דין? דער מחבר האָט לגמרי ניט דערמאָנט דעם װעלטלעכן סעקטאָר. מילא, איז דאָס ניט געװען זײַן טעמע, אָבער דאָס מײנט ניט, אַז ער קאָן אים איגנאָרירן. האָט דניאל רײסער אַ מאָל געהערט װעגן יצחק באַשעװיס און זײַן נאָבעל־פּרעמיע? װעגן אַבֿרהם סוצקעװער און דעם זשורנאַל „די גאָלדענע קײט‟? אָדער װעגן „פֿאָרװערטס‟?

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.