די רעטעניש פֿון די פֿאַרפֿאַלענע יאָרןThe mystery of the missing years
אַחוץ מגילת־אסתּר, ווערט דער הײַנטיקער ייִדישער חודש דערמאָנט אינעם ספֿר עזרא.
דער רבונו־של־עולם האָט געהייסן ייִדן צו זאַמלען פֿאַרשיידענע מאַטעריאַלן, כּדי אויפֿצושטעלן דעם משכּן — דעם באַוועגלעכן מידבר־פּראָטאָטיפּ פֿונעם קומענדיקן בית־המיקדש. מע האָט געזאַמלט גאָלד, זילבער, קופּער, עטלעכע סאָרטן וואָל, פֿלאַקס, לעדער, האָלץ, אייל, געווירצן און פֿאַרשיידענע אַדלשטיינער.
דער אויסקלײַב פֿון דער „תּרומה‟, נדבֿות פֿון נייטיקע מאַטעריאַלן, טראָגט אין זיך אַ טיפֿן סימבאָלישן באַטײַט. לויט דער אוראַלטער פֿילאָסאָפֿישער קלאַסיפֿיקאַציע, מיט וועלכער ייִדן זענען אויך געווען באַקאַנט — זי פֿיגורירט כּסדר אין אונדזערע ספֿרים — באַשטייט די גשמיותדיקע וועלט פֿון פֿיר אַלגעמיינע מדרגות: דומם, צמח, חי און מדבר, דהײַנו — אומבאַלעבטע זאַכן, געוויקסן, בעלי־חיים און מענטשן. דער מענטש, ווי אַ שׂכלדיקע באַשעפֿעניש, איז מסוגל צו פֿאַרוואַנדלען אַלע מדרגות פֿונעם וועזן אין אַ „דירה‟ פֿאַר דער הייליקער שכינה.
דער משכּן, ווי אַ קליינער מוסטער פֿונעם אוניווערס, האָט רעפּרעזענטירט די צוקונפֿטיקע גײַסטיק באַלויכטענע משיחישע וועלט, וווּ דאָס געטלעכע ליכט וועט שײַנען אַפֿילו אין די שטיינער. דערצו, דאַרף יעדער מענטש שטרעבן זיך אַליין צו פֿאַרוואַנדלען אין אַ משכּן אָדער אַ בית־המיקדש, אויסנוצן אַלע זאַכן אַרום זיך און זײַנע אייגענע כּוחות אין אַ כּלי פֿון געטלעכער אַנטפּלעקונג.
דעם הײַנטיקן ערבֿ־שבת, דעם דריטן טאָג אינעם חודש אָדר, האָבן ייִדן פֿאַרענדיקט בויען דעם צווייטן בית־המיקדש. דאָס איז איינע פֿון די איינציקע דאַטעס, וואָס ווערט בפֿירוש דערמאָנט אין תּנ״ך, בײַם עזרא־הסופֿר. אַזוי ווי אַ טייל אַנדערע שפּעטערדיקע תּנ״כישע טעקסטן, שטייט די מעשׂה געשריבן אויף לשון־תּרגום. די הײַנטיקע ייִדישע נעמען פֿון חדשים האָבן ייִדן געבאָרגט בײַ זייערע שכנים אינעם גלות־בבֿל; אין דער הײַנטיקער סיריע און איראַק הייסט מאַרץ אויך אָדר, לויטן אַלטן בבֿלישן שטייגער. אַחוץ מגילת־אסתּר, ווערט דער איצטיקער חודש דערמאָנט בלויז אינעם דאָזיקן פֿאַל, אין שײַכות מיטן בנין־בית־המיקדש.
דער תּנ״ך דערקלערט, אַז די חנוכּת־הבית פֿונעם בית־שני איז פֿאָרגעקומען, בראָש מיט זרובבֿל בן שאַלתּיאל און יהושע בן יהוצדק, אויפֿן זעקסטן יאָר פֿון מלך דריושס מלכות. זרובבֿל איז געווען אַ בן־אחר־בן [אַן אָפּשטאַמיקער פֿון טאַטנס צד] פֿון דוד־המלך; אין יענער תּקופֿה, ווען ייִדן האָבן זיך אומגעקערט פֿון בבֿל, האָבן זיי אים געהאַלטן פֿאַר אַ פּרינץ. שפּעטער, אין דער מיטל־עלטער, איז זרובבֿל געוואָרן אַ פּאָפּולערער העלד פֿונעם אַפּאָקריפֿישן ספֿר־זרובבֿל, אַ כּמו־משיחישע פֿיגור. זײַן שותּף, יהושע בן יהוצדק, איז געווען דער ערשטער כּהן־גדול אינעם באַנײַטן בית־המיקדש. און דריוש, דער דריטער מלך פֿון דער מעכטיקער פּערסישער אימפּעריע, איז באַקאַנט אין די אייראָפּעיִשע שפּראַכן ווי דאַריוס דער גרויסער; ער האָט געקיניגט פֿונעם יאָר 522 ביז 486 פֿאַר דער קריסטלעכער צײַט־רעכענונג. באַקומט זיך, אַז דעם בית־המיקדש האָט מען פֿאַרענדיקט בויען אינעם יאָר 516 פֿאַר דער אַלגעמיינער תּקופֿה, מיט איבער 1,500 יאָר צוריק.
אין די ייִדישע מקורים ווערט אָבער געבראַכט גאָר אַן אַנדער דאַטע: דאָס יאָר 3,412 אָדער 3,413 לויט אונדזער לוח, מיט 168 יאָר שפּעטער אין פֿאַרגלײַך מיט די נישט־ייִדישע דאָקומענטן. וועלכע דאַטע איז ריכטיק? צו טראַכטן, אַז די כראָניקער אין אַ גאַנצער ריי לענדער האָבן געפֿעלשט צי פֿאַרפּלאָנטערט די דאָקומענטן, וואָס קלינגען גענוג מסודרדיק און שטימען איינער מיטן צווייטן, לייגט זיך נישט אויפֿן שׂכל. ס׳איז אויך שווער צו גלייבן, אַז די ייִדישע חכמים האָבן געמאַכט אַזאַ גרויסן טעות אינעם היסטאָרישן חשבון. די דאָזיקע מיסטעריעזע סתּירה איז באַקאַנט אין דער געשיכטע ווי די „אויסגעפֿאַלענע יאָרן‟ (missing years).
אינעם 16טן יאָרהונדערט האָט דער קאָנטראָווערסאַלער איטאַליענישער חכם עזריה מן האדומים שוין באַמערקט אָט די סתּירה אין זײַן ספֿר „מאור עינים‟. שפּעטער האָבן אַ צאָל מאָדערן געשטימטע רבנים זיך ערנסט פֿאַראינטערעסירט מיט דער פּראָבלעם. למשל, דער דײַטשיש־געבוירענער רבֿ שמעון שוואַב, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער באַקאַנטער שיל „קהל עדת ישורון‟ אין מאַנהעטן, האָט אַמאָל אויסגעדריקט אַ מיינונג, אַז די חז״ל האָבן בכּיוון פֿאַרפּלאָנטערט די דאַטעס, כּדי אויסצובאַהאַלטן די סודות פֿון משיחס קומען. שפּעטער האָט שוואַב זיך אָפּגעזאָגט פֿון אַזאַ השערה. די סתּירה בלײַבט טאַקע אַ רעטעניש. פֿון דעסט וועגן, איז קלאָר, אַז דער הײַנטיקער פֿרײַטיק איז אַ קליינער יום־טובֿ: די חנוכּת־הבית פֿונעם הייליקן בנין, הגם ביזן הײַנטיקן טאָג איז פֿון אים געבליבן, צום באַדויערן, בלויז דער כּותל־המערבֿי.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO