Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ פּאָר שיכלעך פֿאַרן וואַסער־טרעגערס אייניקל (מיט אוידיאָ)A pair of shoes for the water carrier’s granddaughter (includes audio)

צוויי ייִנגלעך ווילן זאַמלען געלט צו קויפֿן די שיך אָבער שעמען זיך צו בעטן געלט בײַ זייערע פֿאַרמעגלעכע שכנים.

מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.

די מעשׂה וועט געדרוקט ווערן אויף ענגליש ווי אַ טייל פֿון ד׳׳ר מרים יודלס כרעסטאָמאַטיע „האָניק אויפֿן בלאַט“, וואָס וועט אַרויסקומען אין אָקטאָבער.

קינדער

א.

דאָס האָט זיך געטראָפֿן נאָך דעמאָלט ווען נאָטקע איז אַלט געווען צען יאָר און זײַן חבֿר לײַביטשקע — צוועלף יאָר.

נאָטקע מיט לײַביטשקען זענען געווען צוויי חבֿרים, טאַקע ווי אמתע חבֿרים דאַרפֿן זײַן: אין איינעם זענען זיי געגאַנגען אין חדר און פֿון חדר. אין איינעם זענען זיי געגאַנגען אין קלויז דאַוונען און פֿון דער קלויז, און כאָטש יעדער האָט געהאַט זײַן אייגן סידורל, דאָך פֿלעגן זיי דאַוונען אין איינעם, ווײַל פֿון איין סידורל איז עפּעס געווען געשמאַקער צו דאַוונען.

די פֿרײַנדשאַפֿט פֿון די צוויי ייִנגלעך איז באַקאַנט געווען אין דער גאַנצער שטאָט; אַפֿילו שמערל, דער אַלטער וואַסער־טרעגער, האָט עס אויך באַמערקט.

שמערל פֿלעגט דעם גאַנצן טאָג טראָגן וואַסער אויף זײַנע אַלטע פּלייצעס. די גראָשנס, וואָס ער פֿלעגט פֿאַרדינען, פֿלעגט ער אָפּטראָגן אַהיים, און דערנאָך אַוועקגיין אין קלויז זיך אַוועקזעצן אונטער דער הרובע, און דאָרט טריקענען זײַנע נאַסע קליידער, וואַרעמען זײַנע אַלטע ביינער און אַמאָל אויך אַרײַנקוקן אין משניות, וואָס איז געלעגן פֿאַר אים אָפֿן אויף דעם צעבראָכענעם שטענדער, וועלכן מען האָט ניט לאַנג געגעבן אַ „פּאָלנע אָטסטאַווקע“ פֿון דער מיזרח־וואַנט [באַצייכנט דעם שטענדער פֿאַר אויסגעדינט, אַרויס פֿון באַניץ].

דער אַלטער וואַסער־טרעגער האָט אָבער פֿון דעם „אָטסטאַוונאָי“ שטענדער אַ סך נוצן געהאַט: אַ מאָל האָט ער אים טאַקע געדינט פֿאַר אַ שטענדער, אַ מאָל פֿאַר אַ קישן צוקאָפּנס, און אַ מאָל האָט ער מיט אים אויך געשלאָגן די ווײַסע חבֿרה, וואָס פֿלעגן אים אָפֿטמאָל שטערן אין זײַן משניות־לערנען.

ב

איינמאָל, פּורים אין דער פֿרי, ווען מען האָט נאָר וואָס אָפּגעדאַוונט, און נאָטקע מיט לייביטשקען האָבן שוין געוואָלט גיין אַהיים, האָט זיי פּלוצלינג אַ רוף געטאָן דער אַלטער שמערל. די חבֿרים האָט עס אַפֿילו זייער געוווּנדערט, ווײַל אַ גאַנץ יאָר רופֿט זיי שמערל נאָר „ווײַסע חבֿרה“ און רעדט מיט זיי קיין וואָרט נישט. פֿון דעסטוועגן זענען זיי צוגעגאַנגען.

שמערל האָט זיי ביידן אַ גלעט געטאָן איבער די בעקלעך, געשוויגן אַ ווײַלע און געקוקט אויף זיי מיט זייער אַ פֿריינדלעך פּנים. די קינדער האָבן באַמערקט אויף זײַן אַלט־צעקנייטשטן פּנים, אַז ער שעמט זיך עפּעס. נאָר פּלוצעם האָט שמערל אָנגעהויבן צו רעדן מיט אַ ציטעריק קול:

„קינדערלעך… איך האָב עפּעס צו בעטן… איר ווייסט, הײַנט איז פּורים. באַלד קומט פּסח… און מײַן אייניקל האָט אַפֿילו קיין פּאָר שיך נישט… זי זיצט שוין פֿון דרײַ חדשים אין שטוב און קען נישט אַרויסגיין אויף דער גאַס… איך האָב נישט פֿאַר וואָס צו קויפֿן. איך ווייס אַפֿילו נישט צי וועל איך האָבן הײַנט בײַ מיר אין שטוב אַ סעודה… מײַן גאַנצע האָפֿענונג איז געווען אויף פּורים. גייט זיך, קינדערלעך, ביידע דורך איבערן שטאָט און מאַכט מיר עטלעכע גראָשן… כ׳לעבן, איך וואָלט אַליין געגאַנגען… נאָר איין גאָט ווייסט, אַז איך קען ניט… איך זאָל קענען וואָלט איך אויף דער עלטער קיין וואַסער־טרעגער נישט געווען… איך זאָל קענען בעטן, וואָלט איך אויף מײַנע אַלטע פּלייצעס קיין שווערע עמער וואַסער ניט געטראָגן…“

די חבֿרים האָבן זיך פֿון שמערלס רייד אַזוי פֿאַרשעמט, אַז זיי זענען אָן ווערטער אַרויסגעלאָפֿן פֿון דער קלויז. נאָר באַלד, ווי זיי זענען אַרויס אויף דער גאַס, האָבן זיי זיך אָפּגעשטעלט.

„וואָס ביסטו אַנטלאָפֿן?“ האָט לײַביטשקע געפֿרעגט.

„ווײַל דו ביסט אַנטלאָפֿן, בין איך אויך אַנטלאָפֿן,“ האָט נאָטקע געענטפֿערט.

„לאָמיר זיך אומקערן און אים געבן צו צוויי גראָשן.“

„דו נאַר, וואָס וועט ער מאַכן מיט פֿיר גראָשן?“

„נו, לאָמיר אים אַוועקגעבן, וויפֿל מיר האָבן…“

זיי האָבן איבערגעציילט זייער פֿאַרמעגן: אין גאַנצן האָבן זיי ביידע צוזאַמען געהאַט צוועלף גראָשן.

„אַלץ איינס ווי גאָרנישט,“ האָט לייביטשקע געזאָגט.

„טאַקע ווי גאָרנישט,“ האָט נאָטקע געענטפֿערט. ”וואָרום פֿאַר מײַנע שיך, וואָס זיי זענען קליינע, האָט מײַן מאַמע באַצאָלט אפֿשר דרײַ רובל…“

„וואָס זשע זאָלן מיר טאָן?“

„וועלן מיר אַרומגיין צוזאַמען מאַכן געלט, ווי די גרויסע בחורים אום פּורים.“

„וועלן מיר דען קענען? זיי זענען דאָך גרויסע און מיר… איך שעם זיך…“

„נישקשה, וואָס האָבן מיר זיך צו שעמען? איך וועל נאָר פֿרעגן דער מאַמען אויב זי וועט הייסן.“

זיי האָבן ביידע אָפּגערעדט, אַז באַלד נאָכן איבערבײַסן זאָל לייביטשקע קומען צו נאָטקען און זיי וועלן זיך איינער דעם אַנדערן איבערגעבן, וואָס זייערע מאַמעס האָבן געזאָגט.

ג

דער אַלטער שמערל האָט שוין נישט געהאַט קיין קינדער, פֿאַר וועמען ער זאָל דאַרפֿן זאָרגן. האָט אים אָבער גאָט געשטראָפֿט: זײַן איינציקע טאָכטער, וועלכע ער האָט שוין לאַנג חתונה געמאַכט מיט אַ בעל־עגלה און האָט געהאַט אויך קינדער, איז פּלוצעם געבליבן אַן אַלמנה און די קינדערלעך — יתומים. די פֿערד מיטן וואָגן האָט מען באַלד פֿאַרקויפֿט אויף צו באַצאָלן די חובֿות און די עטלעכע גילדן, וואָס זענען געבליבן, האָט די אַלמנה אויפֿגעגעסן, און דערנאָך האָט זי געמוזט אָנקומען מיט אירע קינדער צום אַלטן טאַטן.

ר׳ שמערל האָט זײַן טאָכטער מיט די אייניקלעך פֿון דער שטוב ניט אַרויסגעטריבן, און האָט אָנגעהויבן האָרעווען פֿון זייערטוועגן, ווי אין די יונגע יאָרן, נאָר פֿון זײַן גאַנצער האָרעוואַניע האָבן זיי קוים געהאַט אַ שטיקל טרוקן ברויט. פֿון דעסטוועגן האָט זיך דער אַלטער שמערל געפֿילט גליקלעך, ווײַל ווען ער פֿלעגט קומען אַהיים, פֿלעגט אים זײַנע אייניקלעך אַקעגן לויפֿן, אַרומשטעלן זיך אַרום אים, גלעטן און קושן אים, רופֿן אים ”זיידעניו.„ איבערהויפּט פֿלעגט ער זיך פֿילן גליקלעך, ווען עס פֿלעגט אים פֿון זײַן פֿאַרדינסט איבערבלײַבן אַ פּאָר גראָשן צו קויפֿן פֿאַר די אייניקלעך אַ בינטל קליינע בייגעלעך, ווײַל די בייגלעך פֿלעגן פֿאַרשאַפֿן די קינדער גרויס פֿאַרגעניגן.

דאָס לעצטע מאָל אָבער, ווען דער זיידע האָט געבראַכט בייגעלעך, איז דאָס עלטערע אייניקל געבליבן שטיין פֿון דער ווײַטנס און האָט נישט געוואָלט נעמען.

דער זיידע האָט געזאָגט:

„פֿאַר וואָס נעמסטו נישט קיין בייגעלעך, לאה’טשקע?“

„איך וויל נישט קיין בייגעלעך, זיידעניו. איך וויל, דו זאָלסט מיר קויפֿן אַ פּאָר שיך! איך וויל אויך אַרויסגיין אין גאַס זען, ווי די מענטשן גייען און פֿאָרן. איך וויל אויך גיין, ווי זיי…“

„איצט, מײַן קינד, האָב איך קיין געלט ניט. אם־ירצה־השם אויף פּורים, אַז איך וועל לעבן און געזונט זײַן, וועל איך דיר קויפֿן אַ פּאָר שיכלעך,“ האָט דער זיידע צוגעזאָגט.

ד

„פֿאַר וואָס נישט, מײַן קינד?“ האָט נאָטקעס מוטער געזאָגט, ווען ער האָט זי געפֿרעגט, אויב מען מעג מיט לייביטשקען אַרומגיין צו מאַכן אַ נדבֿה פֿון אַן אָרעמאַנס וועגן. „אַז דו וועסט איצטער אַרומגיין פֿון יענעמס וועגן, וועט דיר גאָט העלפֿן, אַז אַנדערע וועלן פֿאַרשפּאָרן אַרומגיין פֿון דײַנעטוועגן.“

באַלד נאָך דעם איבערבײַסן איז לייביטשקע געקומען צו לויפֿן צו נאָטקען אָנזאָגן אים די שׂימחה, אַז זײַן מאַמע האָט אים אויך געהייסן. אַ סימן — ער גייט שוין אין דער שבתדיקער קאַפּאָטע מיט דעם היטל און די מאַמע האָט אים אַליין געגעבן צען גראָשן אַ נדבֿה.

נאָטקעס מאַמע האָט אָפּגעטרייסלט די קאַפּאָטע פֿון איר זינדל, האָט אים אָנגעטאָן גלײַך דאָס היטל, פֿאַרגלײַכט די פּאות, מיטגעגעבן אַ קאָלירטן טיכל אויף צונויפֿצונעמען נדבֿות, געלערנט, ווי אַזוי זיי זאָלן גיין פּאַוואָליע, סטאַטעטשנע און אָנגעזאָגט, זיי זאָלן זײַן אויך בײַם פֿעטער זלמן, בײַ דער מומע גיטל, בײַ אַלע גבֿירים און בײַ די שענסטע בעלי־בתּים.

נאָטקעס מוטער האָט אויך געגעבן אַ נדבֿה צען גראָשן. און ביידע חבֿרים זענען אַרויסגעגאַנגען אויף דער גאַס.

אין דרויסן איז טאַקע געווען פּורימדיק: די זון האָט געשײַנט און געשמעלצט דעם שניי, טאַקע ווי אין חודש אָדר. פֿון די דעכער האָט געקאַפּעט. אַלערליי מענטשן זענען געלאָפֿן איבער די גאַסן. דינסטן און משרתים האָבן געטראָגן שלח־מנות.

„וווּהין זאָלן מיר פֿריִער אַרײַנגיין?“ האָט געפֿרעגט נאָטקע.

„איך ווייס? לאָמיר אַרײַנגיין צו ר׳ שלמה דעם גבֿיר.“

זיי האָבן זיך אָנגעהויבן שפּאַרן, ווער פֿון זיי זאָל פֿריִער אַרײַנגיין, ביז זיי האָבן באַשלאָסן, אַז גלײַכער איז פֿריִער צו גיין צום פֿעטער.

בײַם פֿעטער האָט מען זיי אָבער נאָר צוגענומען פֿאַר געסט, מכבד געווען מיט פּורים־גרעט, לעקעכלעך מיט פֿלאָדן, און עס איז גאָר דעם פֿעטער ניט אײַנגעפֿאַלן, אַז די קינדער גייען נאָך אַ נדבֿה. דאָס אייגענע איז געווען בײַ דער מומע און בײַ דער באַקאַנטער שכנה געלע. זיי האָבן זיך געשעמט צו זאָגן, נאָך וואָס זיי זענען געקומען. און אַזוי זענען אַוועקגעגאַנגען גאַנצע צוויי שעה, און זיי האָבן נאָך גאָרנישט „געמאַכט“.

ענדלעך האָבן זיי זיך געלאָזט גיין צום גבֿיר ר׳ שלמה. פֿאַרסאָפּעט און פֿאַרשוויצט, זענען זיי קוים אַרײַנגעקומען אין שטוב.

ר׳ שלמה דער גבֿיר האָט זיך אַרומגעדרייט אין כאַלאַט יום־טובֿדיק. נאָטקען מיט לייביטשקען, האָט ער געקענט פֿאַר „ווײַסע חבֿרה“, ווײַל ער האָט זיי אָפֿט געזען אין קלויז און ווי ער האָט זיי נאָר דערזען, האָט ער זיי מיט אַ געלעכטערל אָנגעהויבן ציִען בײַ די אויערן.

„נו, ווײַסע־חבֿרה, איר גייט שוין אויך אַרום. אַוודאי אויף קאָנפֿעקטן זיך קויפֿן?“

די קינדער האָבן קוים אַרויסגעריסן זייערע אויערן פֿון ר׳ שלמהס גראָבע פֿינגער און זענען אָן אָטעם אַרויסגעלאָפֿן פֿון זײַן שטוב.

זיי האָבן אַליין נישט געוווּסט, ווי אַזוי זיי זענען אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ שטוב פֿון אַ צווייטן גבֿיר. דאָרט האָבן זיי מיט ציטערניש קוים אַרויסגערעדט, נאָך וואָס זיי זענען געקומען.

„כאַ, כאַ,“ האָט זיך צעלאַכט דעם גבֿירס איידעם. „נאַט אײַך נײַע פֿריש־געבאַקענע שיינע ייִדן — זיי ווילן שוין אויך געלט! נײַע גבאים און גייען שוין אויך נאָך נדבֿות, כאַ, כאַ!“

נאָטקע און לייביטשקע האָבן פֿאַר בושה נישט געוווּסט ווי אַזוי די טיר צו עפֿענען, ווי אַזוי צו אַנטלויפֿן, דעם גבֿירס ווײַב האָט זיי אַפֿילו נאָכגעשריִען: „קומט צוריק, וועט מען אײַך געבן אויף עפּעלעך!”

זיי זענען שוין אָבער געווען ווײַט.

אַרײַנגעקומען צו אַ דריטן גבֿיר.

„וואָס ווילט איר, ווײַסע חבֿרה?“ האָט דער גבֿיר פֿריילעך געפֿרעגט.

די חבֿרים האָבן אָנגעוויזן אויף זייער קאָלירטן טיכל, וואָס איינער פֿון זיי האָט געהאַלטן אין האַנט.

„וואָס? איר ווילט שוין אויך געלט? אַך, שקצים! ברענגט מיר דעם קאַנטשיק וועל איך זיי אָפּשמײַסן!“ און ער האָט זיי ביידע געשלעפּט צום בענקל.

דעם גבֿירס ווײַב מיט די קינדער, וועלכע האָבן בעת־מעשׂה זייער געלאַכט, האָבן געבעטן דעם גבֿיר ער זאָל זיי אָפּלאָזן.

קוים לעבעדיקע זענען ביידע חבֿרים אַרויסגעלאָפֿן אויף דער גאַס.

ה

אויף דער גאַס האָבן די חבֿרים אָנגעהויבן וויינען, נאָר באַלד האָבן זיי זיך פֿאַרשעמט און האָבן אַ פּאָר מינוט שטום געקוקט איינער אויף דעם אַנדערן.

„הערסטו, לייביטשקע, וואָס איך וועל דיר זאָגן?‟

„וואָס?‟

”איך וויל דיר זאָגן, אַז ווען מיר זאָלן האָבן געלט, וואָלטן מיר געקויפֿט אַ פּאָר שיך בײַ חײַטשע דער שוסטערקע, וואָס זיצט דאָ אויפֿן מאַרק. זע נאָר, וויפֿל פּאָר שיך עס ליגן אַרום איר.‟

זיי זענען צוגעגאַנגען נעענטער צו חײַטשעס „שטעל“ און ניט אַראָפּגעלאָזט פֿון איר די אויגן.

„וואָס שטייט איר, קינדערלעך?“ האָט זיי געפֿרעגט חיה’טשע, וועלכע האָט זיי גוט געקענט.

חייטשע האָט מיט איר פֿרעגן זיי פּשוט אַרײַנגעזעצט אַ נײַע נשמה. זיי זענען צוגעגאַנגען צו איר נאָך נעענטער און האָבן איר דערציילט די גאַנצע מעשׂה וואָס מיט זיי האָט הײַנט פּאַסירט.

„ווייסט איר וואָס, קינדער? קויפֿט בײַ מיר אַ פּאָר שיך…‟

„מיר האָבן אָבער נישט קיין געלט.‟

„נישקשה, איך קען אײַך, איר וועט מיר אויסצאָלן, איר זענט ערלעכע קינדער… אַיאָ, איר וועט מיר אָפּגעבן? איך בין דאָך אַליין ניט קיין רײַכע ייִדענע…‟

די חבֿרים האָבן זיך געשוואָרן, „ווי זיי זענען ייִדן“, אַז זיי וועלן איר אָפּגעבן. נאָר עס וועט געדויערן, ווײַל די מאַמעס גיבן זיי נאָר צו צוויי גראָשן אַ טאָג צום איבערבײַסן אין חדר.

„ניין,“ האָט חײַטשע געזאָגט. „פֿון די גראָשן טאָרט איר נישט אָפּצאָלן, איך וועל אײַך געבן אַ פּאָר גוטע שיך פֿאַר אַכט גילדן, און איר גייט נאָך אַ ביסל אַרום: וויפֿל איר וועט מאַכן, וועט איר מיר אָפּברענגען און דאָס איבעריקע וועט איר ביסלעכווײַז אָפּצאָלן.“

„וווּ זשע זאָלן מיר נאָך גיין? מיר זענען שוין געווען כּמעט בײַ אַלע גבֿירים, מיר ווילן שוין מער נישט גיין, מיר וועלן בעסער באַצאָלן פֿון די איבערבײַסענס.‟

„זענט איר דען שוין אויסגעווען אין אַלע הײַזער?‟

„ניין.‟

„נו, גייט זשע גיכער, קינדערלעך, פֿעלט אויס די גבֿירישע הײַזער, גייט נאָר, וווּ איר וועט זען אַ ייִדישע שטוב, די שטוב מעג אויסווײַזן אָרעם, מאַכט נישט אויס, אַ ייִדיש הויז לאָזט קיין מענטשן נישט אַרויס אָן אַ נדבֿה… האָט קיין מורא נישט,“ האָט חייטשע זיי געשטאַרקט. „מען וועט פֿון אײַך אין אַזעלכע הײַזער נישט חוזק מאַכן. נאָר די גבֿירים, וועלכע עס איז זייער גוט אויפֿן האַרצן און ווילן זײַן פֿריילעך אום פּורים, מאַכן חוזק; זיי מיינען, אַז די גאַנצע וועלט איז זייער שפּילעכל.‟

חײַטשע האָט אויסגעקליבן אַ גוטע פּאָר שיך, נאַטירלעך, אָן אַ מאָס, אײַנגעוויקלט זיי אין אַ פּאַפּיר און געגעבן די קינדער.

די חבֿרים זענען מיט די שיך אונטערן אָרעם גליקלעכע אַוועקגעגאַנגען.

די יונגע חבֿרים האָבן זיך איבערגעצײַגט, אַז חייטשע האָט רעכט געהאַט, וואָס זי האָט זיי געראָטן צו אויספֿעלן די גבֿירישע הײַזער. די חבֿרים זענען געגאַנגען צו פּשוטע בעלי־בתּים. וווּ זיי זענען נאָר געקומען האָט מען זיי פֿרײַנדלעך אויפֿגענומען און געגעבן אַ נדבֿה, חוץ פּורים־גרעט פֿאַר זיי.

דעם גאַנצן טאָג איז נאָטקע מיט לייביטשקען דורכגעגאַנגען און ערשט אויף דער נאַכט זענען זיי מיט גרויס פֿרייד געלאָפֿן צו חײַטשע און האָבן איר געבראַכט אַכט גילדן און זיי איז נאָך איבערגעבליבן קליינגעלט. איצט לויפֿן זיי צום אַלטן וואַסער־טרעגער.

ו

עס האָט שוין אָנגעהויבן נאַכט צו ווערן. די זון איז שוין לאַנג אונטערגעגאַנגען. אין אַלע פֿענצטער, וווּ ייִדן וווינען, איז ליכטיק, ווי אין אַ גרויסן יום־טובֿ. אומעטום איז מען שוין פֿריילעך געזעסן בײַ דער סעודה. פֿון די טישן האָבן אַראָפּגעשײַנט די שיינע הויכע פּורים־קוילעטשן, פֿיש און אַנדערע מאכלים. קינדער האָבן פֿולע קעשענעס מיט פּורים־גרעט, המן־טאַשן, צוקערדיקע פֿערדלעך, פֿויגלעך, פּודערלעך און קאָנפֿעקטן, אַרומגעוויקלטע מיט גאָלדענע פּאַפּירלעך. אין די הענטלעך האַלטן זיי פֿלאָדן, לעקעך, און זאַפּראָקוכן מיט גרויסע ראָזשינקעס. די טיר מאַכט זיך כּמעט ניט צו: איינער אַרײַן, דער צווייטער אַרויס מיט „שלך־מנות“ פֿון קרובֿים און גוטע פֿרײַנד.

אַלע פֿרייען זיך מיט דעם יום־טובֿ, און מערער פֿון אַלעמען פֿרייען זיך די קינדער.

גאָר ווײַט אונטער דער שטאָט נעבן באַרג געפֿינט זיך אַ נידעריק שטיבל. דאָ וווינט אויך אַ ייִד: ר׳ שמערל דער אַלטער וואַסער־טרעגער. דאָרט זענען אויך דאָ קינדער, וואָס זייער זיידע האָט זיי ליב נישט ווינציקער, ווי אַנדערע עלטערן האָבן ליב זייערע קינדער. נאָר וואָס זעט מען דאָ אין דעם פֿריילעכן אָוונט?… עס צאַנקט אַ גראָשנדיק ליכטל אויפֿן טיש, נישטאָ קיין פּורימדיקער געלער קוילעטש, מען זעט נאָר איין אַלטגעבאַקענע בולקע, וואָס מען האָט אומיסטן באַהאַלטן פֿון שבת. בײַם טיש זיצט דער אַלטער שמערל, דער וואַסער־טרעגער, זייער טרויעריק. אים אַרט נישט דאָס טונקעלע ליכט מיט דער אַלט־געבאַקענער בולקע. ער איז שוין דערצו געוווינט. ער וואָלט אין זײַן נידעריק שטיבל אויך געהאַט אַ פֿריילעכן יום־טובֿ, ווען נאָר זײַנע ליבע אייניקלעך זאָלן זײַן פֿריילעך. ווי אַזוי זיצן זיי אָבער בײַם טיש? — איין קינד שלאָפֿט זיצנדיק, דאָס אַנדערע דרעמלט אַזוי. איין קינד זיפֿצט און דאָס עלטערע אייניקל לאהטשקע איז נאָך מער טרויעריק: זי האָט פֿאַרלוירן איר גאַנצע האָפֿענונג — נישטאָ קיין שיך!… זי וועט שוין אַזוי גיך נישט גיין אויף דער גאַס… אפֿשר זומער באָרוועס, נאָר צו זומער איז נאָך זייער ווײַט… זומער ווידער איז אויך נישט גוט צו גיין אָן שיך, עס שטעכט די פֿיס…

פּלוצעם האָט זיך געעפֿנט די טיר און עס זענען אַרײַנגעלאָפֿן נאָטקע מיט לייביטשקען. זיי האָבן גיך אַנידערגעשטעלט אויפֿן טיש אַ פּאָר נײַע שיכלעך און פֿון דעם קאָלירטן טיכל האָבן זיי אויסגעשיט אַ פּאַפּירן קערבל מיט עטלעכע מטבעות־מינץ, וואָס איז געבליבן פֿון די נדבֿות און אויך עטלעכע שטיק פֿלאָדן און צוקער־שפּילעכלעך.

די צוויי יונגע חבֿרים מיט פֿאַרפֿלאַמטע בעקלעך, פֿאַרשעמט, נאָר פֿול מיט פֿרייד און קוים כאַפּנדיק דעם אָטעם, האָבן געזאָגט צום אַלטן שמערלען: „דאָס האָט חײַטשע די שוסטערקע און אונדזערע מאַמעס געשיקט פֿאַר אײַערע קינדער שלח־מנות.“

אַלע קינדערלעך זענען אויפֿגעשפּרונגען, ווי מע כאַפּט זיך אויף פֿון אַ שלעכטן חלום אין אַ שיינעם פֿרימאָרגן, און האָבן מיט זייערע אומשולדיקע גרויסע אויגן געקוקט אויפֿן טיש, אויף די ייִנגלעך, אויף דעם זיידן און יעדעס קינד האָט עפּעס גענומען פֿון טיש און איז געלאָפֿן צום זיידן מיט גרויס פֿרייד און יעדעס קינד האָט אַרויסגערופֿן:

„זיידעניו! זיי נאָר, הײַנט איז פּורים!‟

„זיי נאָר, טײַערער זיידעניו, הײַנט איז טאַקע פּורים!“ איז לאהטשקע צוגעשפּרונגען צו שמערל מיט די שיך און האָט אים שטאַרק אַרומגענומען.

מיט טרערן אין די אויגן האָט דער זיידע געקושט די ייִנגלעך, דערנאָך האָט ער אַרומגענומען נאָטקען מיט לייביטשקען און אויף זייערע פּנימער האָבן פֿון ר׳ שמערלס אַלטע אויגן אַראָפּגעקאַפּעט טרערן.

כאָטש דאָס גראָשנדיקע ליכטל האָט אויך איצטער נישט געברענט ליכטיקער, נאָר בײַם אַלטן וואַסער־טרעגער אין שטוב איז פּלוצעם געוואָרן אַזוי ליכטיק און פֿריילעך ווי אין די הײַזער וווּ עס האָבן געברענט אַ סך ליכט מיט לאָמפּן.

אויף מאָרגן — שושן־פּורים, האָבן קינדער געזען גיין אויף דער גאַס אַ מיידעלע מיט שפּאָגל־נײַע שיכלעך.

דאָס איז געווען לאהטשקע, שמערל דעם וואַסער־טרעגערס אייניקל, און כאָטש די שיך זענען געוועזן צו גרויס אויף לאהטשקעס פֿיסלעך, פֿון דעסטוועגן האָט זי זיך מיט זיי זייער געפֿרייט, ווײַל דאָס איז געווען בײַ איר די ערשטע פּאָר שיך.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.