פּאָלאַקן אין קוטנע באַערן דעם ייִדישן שרײַבער, שלום אַשPoles in Kutno celebrate Yiddish writer, Sholem Asch
במשך פֿון 5 טעג האָט מען געהאַלטן לעקציעס, פֿאָרלייענונגען און אַפֿילו אַ פֿאַרמעסט פֿאַר סטודענטן, פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער געשיכטע פֿון קוטנע.
ווען איך האָב זיך דערוווּסט אַז אין קוטנע, פּוילן, קומט יעדעס צווייטע יאָר פֿאָר אַ פֿעסטיוואַל לכּבֿוד דעם ייִדישן שרײַבער שלום אַש האָט עס מיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט. איך האָב שוין געלייענט אַ צאָל פֿון זײַנע ראָמאַנען, פּיעסעס און אַ קאַפּיטל זכרונות (אַלץ אין דער ענגלישער איבערזעצונג) און האָב זיך פֿאָרגעשטעלט אַז זײַן היימשטאָט, קוטנע, באַווײַזט זיך מסתּמא אָפֿט אין זײַנע מעשׂיות אַפֿילו אויב ער דערמאָנט דאָס נישט.
אַ געבוירענער אין 1880, איז שלום אַש יונגערהייט געוואָרן אַ באַרימטער שרײַבער, אַ דאַנק דער פּאָפּולאַריטעט פֿון זײַנע ערשטע פּיעסעס, וואָס מע האָט איבערגעזעצט אויף פּויליש, דײַטש און רוסיש. זײַנע ראָמאַנען, אין דער ענגלישער איבערזעצונג, זענען געוואָרן בעסטסעלערס און זײַנע פּיעסעס אויף ייִדיש האָבן צוגעצויגן אַ גרויסן עולם אין וואַרשע און ניו־יאָרק. טאַקע דערפֿאַר, ווען אַשעס אור־אייניקל — מײַן קאָלעגע און גוטער פֿרײַנד דוד מאַזאָווער — האָט פֿאָרגעלייגט אַז איך זאָל מיטקומען מיט אים אויפֿן שלום אַש־פֿעסטיוואַל אין קוטנע, האָב איך זיך אָנגעכאַפּט אין דער געלעגנהייט.
דער פֿעסטיוואַל איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער קוטנער שטאָט־ביבליאָטעק, אַ דאַנק דער האָרעוואַניע פֿון דער ביבליאָטעק־דירעקטאָרשע מאַגדאַלעאַ (מאַגדאַ) קאָנטשאַרעק און איר פּערסאָנאַל.
די פֿינעף־טאָגיקע אונטערנעמונג האָט זיך אָבער נישט אָנגעהויבן אין קוטנע, נאָר אין וואַרשע, בײַם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט. דאָרט האָט דוד גערעדט וועגן אַש און זײַן משפּחה, און נאָך דעם איז פֿאָרגעקומען אַ לעקציע וועגן אַ בוך וואָס איז לעצטנס אַרויסגעלאָזט געוואָרן אויף פּויליש, „שלום אַש אין דער פּרעסע‟, געגעבן דורך די צוויי מחברטעס, ד״ר מאָניקאַ שאַבלאָווסקאַ און אַגניעשקאַ זאָלקעווסקאַ. די רעדע איז געווען אויף פּויליש אָבער די ביבליבאָטעק האָט מיך באַזאָרגט מיט אַן איבערזעצערין, האָב איך זיך אַ סך דערוווּסט וועגן די זאַכן וואָס מע האָט געשריבן וועגן אַש אין דער פּוילישער פּרעסע.
נאָך דער אונטערנעמונג האָב איך זיך אַרײַנגעזעצט אין אַ קאַמיאָנעט כּדי צו פֿאָרן קיין קוטנאָ, צוזאַמען מיט מאַגדאַ; אונדזער ענגלישער איבערזעצערין, אַנאַ; דער קוטנער בירגערמײַסטער, זביגניעוו בורשינסקי און די צוויי אַקאַדעמיקערינס, מאָניקאַ און אַגניעשקאַ. כ׳האָב גוט פֿאַרבראַכט מיט מײַנע מיטפֿאָרער וואָס זענען געווען נישט בלויז גוט אינפֿאָרמירט, נאָר אויך זייער לעבעדיק מיט אַ פֿײַנעם חוש פֿאַר הומאָר.
בערך 12 אַ זייגער בײַ נאַכט זענען מיר אָנגעקומען אינעם האָטעל ראָנדאָ, וואָס איז געוואָרן אונדזער „אַכסניה‟ במשך פֿונעם פֿעסטיוואַל.
דעם צווייטן אינדערפֿרי, אין אַן אָרטיקן טעאַטער באַצירט מיט האַנט־געמאָלענע סטעליעס און היסטאָרישע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון קוטנע, האָט אַ גרופּע תּלמידים פֿון פֿאַרשידענע עלטערס פֿאָרגעשטעלט אַ פּראָגראַם אויף פּויליש פֿון לידער, טענץ און דראַמאַטישע לייענונגען פֿאַרבונדן מיט אַשן און מיט דער ייִדישער געשיכטע פֿון קוטנע. אַן עלטערער סטודענט האָט פֿאָרגעלייענט אַ מאָנאָלאָג פֿון אַשעס אַ בוך. בערך 200 מענטשן זענען געזעסן אין עולם, צווישן זיי: טאַטעס, מאַמעס, באָבעס, זיידעס, לערער און זשורנאַליסטן.
יענעם טאָג האָט מען אונדז אויך געוויסן ווי צו ניצן אַ נײַע אַפּ פֿאַר אונדזערע מאָבילקעס, וואָס מע האָט געשאַפֿן ספּעציעל פֿאַרן פֿעסטיוואַל. דורך דער אַפּ האָבן די אָרטיקע תּלמידים געקענט זיך באַטייליקן אין אַ „זוך־און־זאַמל‟ געיעג איבער אַשעס היימשטאָט, ווײַזנדיק זיי אַלע ערטער וואָס זענען אַ מאָל געווען וויכטיקע טיילן פֿון דער ייִדישער קהילה אין קוטנע.
במשך פֿון דער וואָך זענען פֿאָרגעקומען פֿאַרשידענע אַקטיוויטעטן מיט אַ דירעקטן אָדער אומדירעקטן שײַכות צו שלום אַש. מאָניקאַ, אַגניעשקאַ און דוד האָבן גערעדט פֿאַר אַן עולם מיטלשול־תּלמידים וועגן דעם ווי אַש איז געוואָרן אַ באַוווּסטער שרײַבער נאָכן פֿאַרלאָזן קוטנע; ווי ער האָט געלעבט אַ שטאַרק קאָסמאָפּאָליטישן לעבן־שטייגער, און דאָך — פֿאַרבליבן שטאַרק פֿאַרבונדן מיט זײַן היימשטאָט. די בחורים און מיידלעך האָבן זיך צוגעהערט מיט געשפּאַנטן אויפֿמערק.
צווישן די אַנדערע אַקטיוויטעטן זענען געווען אַן אויסשטעלונג פֿון ווערק געשאַפֿן פֿון פּוילישע קינסטלער אינספּירירט פֿון דער נאַטור און קולטור, אַזוי ווי אַשעס אייגענע אינספּיראַציעס, און אַ דיסקוסיע מיט אַ גרופּע קינדער אין אַן אָרטיקן קינדער־גאָרטן, וווּ מע האָט זיי באַקענט מיט עטלעכע ייִדישע טראַדיציעס און מיטן אַלף־בית.
איין אָוונט האָט מען אינעם ראָנדאָ־האָטעל געהאַלטן אַ ספּעציעלע וועטשערע פֿון ייִדישע פּאָטראַוועס: הינדל־יויך, געפֿילטע פֿיש, מצה און וועגעטאַרישע געהאַקטע לעבער. מע האָט אויך געשפּילט לידער לכּבֿוד אַשן, און דער עולם האָט מיטגעטאַנצט. ס׳איז געווען אַ שיינע איבערלעבונג צו פֿאַרברענגען מיט די קוטנער אײַנוווינער וואָס זענען געקומען אויף דער אונטערנעמונג און צו זען ווי זיי שאַצן אָפּ די ייִדישע קולטור.
דער שפּיץ פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין אַ טעאַטער־זאַל וווּ אַלע 300 בילעטן זענען אויספֿאַרקויפֿט געוואָרן, איז געווען אַן אימפּאָנירנדיקער ספּעקטאַקל פֿון ייִדישער מוזיק, דראַמאַטישע סצענעס, קאָסטיומען און רעקוויזיטן. די צוקוקער זענען געווען אַזוי באַגײַסטערט פֿון דער פֿאָרשטעלונג אַז זיי האָבן בײַם סוף רעאַגירט אויף דעם מיט אַ שטייענדיקער אָוואַציע.
במשך פֿונעם גאַנצן וויזיט האָט די ביבליאָטעק אונדז באַזאָרגט מיט אָרטיקע וועגווײַזער וואָס זאָלן אונדז באַגלייטן אין די אַרומיקע שטעטלעך וווּ אַש האָט געוווינט און באַשריבן אין זײַנע ווערק: וולאָצלאַוועק, קוזמיר און וואַרשע. ס׳איז געווען זייער רירנדיק צו גיין אויף די זעלבע ברוקירטע גאַסן וווּ אַש האָט אַ מאָל שפּאַצירט און צו גיין איף אַן אָוונט־שפּאַציר בײַם קליינעם טײַך וואָס געפֿינט זיך אָפֿט אין אַשעס שריפֿטן. דאָס שענסטע פֿאַר מיר איז אָבער געווען צו זען ווי די הײַנטיקע אײַנוווינער פֿון קוטנע פֿרייען זיך מיט אַשן און זעען אים ממש ווי אַן אייגענער.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO