אַוואַנסירטע ייִדיש־פּראָגראַם אין רומעניע, פֿרײַ פֿון אָפּצאָלFree advanced Yiddish language program in Romania
די טעמע פֿון דער פּראָגראַם, וואָס וועט זײַן אין גאַנצן אויף ייִדיש, איז „ייִדיש אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, רומעניע און פּוילן“.

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען אינעם „באַבעש־בויעי אוניווערסיטעט“ אין קלויזענבערג Photo by Wikimedia Commons
פֿונעם 9טן ביזן 16טן פֿעברואַר 2026 וועט מען אין קלויזענבערג, רומעניע, דורכפֿירן אַן אינטענסיווע ייִדישע שפּראַכפּראָגראַם פֿאַר אַוואַנסירטע ייִדיש־סטודענטן און פֿליסיקע ייִדיש־רעדער. די פּראָגראַם קאָסט אין גאַנצן נישט קיין געלט.
די פּראָגראַם, וואָס איר אפֿיציעלער נאָמען איז „די אַוואַניסרטע ייִדיש־ווינטער־שול“, וועט פֿאָרקומען אינעם באַבעש־בויעי אוניווערסיטעט.
די טעמע פֿון דער פּראָגראַם, וואָס וועט געפֿירט ווערן אין גאַנצן אויף ייִדיש, וועט זײַן „ייִדיש אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, רומעניע און פּוילן“ און וועט אַרײַננעמען די ווײַטערדיקע קורסן:
- ווײַטהאַלטער ייִדיש־קלאַסן אויף צוויי מדרגות
- ייִדישע מאָדערניסטישע מאַניפֿעסטן
- די פּאָליטיק פֿון ייִדיש
- דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט
- די „קולטור־ליגע“ און „ייִקוף“
- חלומות פֿון ייִדישלאַנד
- די פּוילישע ייִדישע פּרעסע נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה
- מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע פֿאָלקלאָר פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט
אַכט אָנגעזעענע עקספּערטן פֿון דער ייִדישער שפּראַך, שפּראַך־געשיכטע און ליטעראַטור וועלן לערנען די קלאַסן: לייזער בורקאָ, אויגוסטאַ קאָסטיוק־ראַדאָסאַוו, בער קאָטלערמאַן, מיכאל לוקין, אַלעקסאַנדראַ פּאָליאַן, פֿיליפּ שוואַרץ, קאַראָלינאַ שימאַניאַק און דאַריאַ וואַכרושאָוואַ.
מע וועט אויך פֿירן עקסקורסיעס קיין סאַטמאַר און דעש.
הגם די פּראָגראַם איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל דאַרפֿן די סטודענטן אַליין באַצאָלן פֿאַר זייערע פֿאָר־הוצאָות, געזונט־פֿאַרזיכערונג און באַהויזונג. די סטודענטן וואָס ווילן אײַנשטיין אינעם אינטערנאַט פֿונעם אוניווערסיטעט קענען דאָס באַשטעלן אין דער אַפּליקאַציע.
פֿאַר יענע אַקטיוויטעטן וואָס זענען מחוץ דער פּראָגראַם, ווי די עקסקורסיעס און דער שבת־טיש, וועלן סטודענטן אויך דאַרפֿן באַצאָלן.
די „אַוואַנסירטע ייִדישע ווינטערשול“ ווערט געשטיצט פֿונעם „צענטער פֿאַר ייִדיש־לימודים אויפֿן נאָמען פֿון רענאַ קאָסטער“ און דעם „אינסטיטוט פֿון העברעיִש־ און געשיכטע־לימודים“.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף דער פּראָגראַם, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
