„גענאָסן“ — הומאָרעסקע פֿון 1918 איז ווידער אַקטועל“Sneezed’’, satirical essay from 1918, resonates today
וואָס טוט אַ ייִד בעת אַן עפּידעמיע, ווען ער וויל זיצן אַליין אין טראַמוויי?
שלום־עליכם, דער באַליבטער הומאָריסט בײַ ייִדן, האָט אָפֿט געזאָגט, אַז „דאָס לאַכן איז געזונט, דאָקטוירים הייסן לאַכן“. ניט קיין חידוש וואָס ער, ווי אַ סך אַנדערע ייִדישע הומאָריסטן, האָט ניט מורא געהאַט צו שרײַבן וועגן שרעקלעכע טעמעס ווי אַ טייל פֿון זײַנע הומאָרעסקעס. פֿאַרקערט: דעם הומאָר האָט ער גענוצט כּדי צו מוטיקן די לייענער, געבן זיי חיזוק. ס׳איז ניט געווען קיין זעלטענע זאַך צו לייענען הומאָריסטישע אַרטיקלען און פֿעליעטאָנען אין דער ייִדישער פּרעסע וועגן עפּידעמיעס, מלחמות, און אַפֿילו פּאָגראָמען.
אינעם זעלביקן גײַסט האָט דער הומאָריסט ב. קאָוונער (דער פּסעוודאָנים פֿונעם שרײַבער יעקבֿ אַדלער) אין 1918, אין סאַמע ברען פֿון דער ערגסטער אינפֿלוענציע־עפּידעמיע אין דער געשיכטע, אָנגעשריבן אָט די הומאָרעסקע פֿאַרן פֿאָרווערטס. כאָטש מע וויל, אַוודאי, אַז די לייענער זאָלן נעמען ערנסט די איצטיקע ”קאָראָנאַווירוס“־מגפֿה און טאָן אַלץ מעגלעך זיך צו באַשיצן פֿון אים, טאָר מען אויך ניט פֿאַרגעסן, אַז ייִדן האָבן, פֿון קדמונים אָן, געלאַכט פֿון זייערע צרות און דורכן לאַכן באַקומען דעם מוט זיי גובֿר צו זײַן.
As a public service during this pandemic, the Forward is providing free, unlimited access to all coronavirus articles. If you’d like to support our independent Jewish journalism, click here to make a donation.
דזשאָרדין קוציק
„גענאָסן“
[לכתּחילה געדרוקט דעם 27סטן נאָוועמבער 1918]
געדענקט איר, קינדער, ווען די שפּאַנישע אינפֿלוענציע האָט געבוזשעוועט איבער אונדזערע קעפּ ווי „טעמעני‟ 1 איבערן ייִדישן קוואַרטאַל?
געדענקט איר, קינדער, ווי דער הויפּטדאָקטער פֿון דער „באָרד אָוו העלט“ 2 האָט אין אַ געוויסן דינסטיק דערקלערט אין אַלע צײַטונגען, אַז איבערמאָרגן, דאָנערשטיק, וועט די מגפֿה פֿאַרשווינדן, פּונקט ווי עס פֿאַרשווינדט אַ סאָציאַליסטישער וואָוט 3 אונטער טעמעניס פֿינגער?
און געדענקט איר, קינדער, אַז ווען דער באַרימטער דאָנערשטיק איז געקומען האָבן די צײַטונגען געמאָלדן מיט דרײַ טויזנט מער קראַנקע און עלף הונדערט מער טויטע ווי אַ טאָג פֿריִער?
און געדענקט איר, קינדער, ווי אַלע צײַטונגען האָבן געטרובעט און געליאַרעמט, אַז די מגפֿה וואָלט שוין לאַנג אַוועק פֿון אונדז, ווען מיר, די מענטשן, זאָלן ניט ניסן? אין יעדן נאָס, האָבן די צײַטונגען דערקלערט, ליגט דער מלאך המוות, ליגט אַ בית־עולם… ליגן מילי־מיליאָנען „באַצילן“, וואָס פֿאַרשפּרייטן זיך אין דער לופֿט און לייגן אויס מענטשן ווי דער שניטער אין פֿעלד לייגט אויס די זאַנגען?
און אַלע צײַטונגען און אַלע דאָקטוירים האָבן געהאַלטן אין איין שרײַען צום עולם: „ניסט ניט! געוואַלד, ניסט ניט! ווי גאָט איז אײַך ליב, ניסט ניט! סײַדן איר ווילט מיט אײַער ניסן אויסהרגענען גאַנץ אַמעריקע און קאַנאַדע!“.
און די זעלביקע צײַטונגען און די זעלבע דאָקטוירים האָבן אַרויסגעלאָזט אַ גזירה צו אַלע לעבעדיקע בירגער און בירגערינס: ”קינדער, טאָמער פֿאָרט איר אין אַ קאַר 4 אָדער אין סאָבוויי, אָדער איר זיצט אין טעאַטער און איינער גיט אַ נאָס, טרעט אָפּ פֿון אים! אַנטלויפֿט וווּ די אויגן טראָגן אײַך! ווײַכט אויס דעם ניסער, ווײַל ער וועט אײַך מיט זײַן ניסן פֿאַרפּעסטן!“
געדענקט איר דאָס, קינדער?
אָט אין אַזאַ טאָג בין איך אַרויף אויף אַ פֿול־געפּאַקטער קאַר. געפֿילט האָב איך זייער גוט. איך האָב נאָך קיינמאָל ניט געפֿילט אַזוי פֿריילעך, אַזוי אויפֿגעלייגט ווי דעם טאָג.
און איך פֿאָר.
פּלוצלינג האָט מיר גענומען קיצלען אין נאָז…
איך האָב פֿאַרשטאַנען וואָס דאָס איז: דאָס איז געווען אַ נאָס, נאָך גאָר אַ יונגער, וואָס האָט זיך געבעטן בײַ מיר ווי בײַ אַ גזלן, איך זאָל אים ניט האַלטן פֿאַרשפּאַרט; איך זאָל אים אַרויסלאָזן אויף דער ליכטיקער וועלט… און וואָס וויל מען פֿון זײַן יונגן לעבן האָבן? און וואָס פֿאַר אַ שלעכטס האָט ער מיר געטאָן?
און אַזוי רעדנדיק האָט ער זיך גענומען מאַכן אַ וועג מיט די עלנבויגנס, מעשׂה רעוואָלוציאָנער… און זעענדיק ווי איך אונטערדריק אים, לאָז אים ניט אַרויס אויף גאָטס שיינער וועלט, האָט ער צעריסן די קייטן און… און האָט זיך אַליין באַפֿרײַט פֿון דער פֿינצטערער תּפֿיסה…….
„האָפּטשאַ!“ האָט עס אַ דונער געטאָן איבער דער גאַנצער קאַר.
אַכט בענק זײַנען באַלד ליידיק געוואָרן! און ניט נאָר ליידיק געוואָרן, נאָר זיי, די מענטשן זײַנען טאַקע אַרונטער פֿון דער קאַר אויך…
טראַכט איך: אויב אַזוי איז ניט שלעכט. דערווײַל האָב איך אַ סיט 5.
די מענטשן וואָס זײַנען נאָך געבליבן אין קאַר האָבן געקוקט אויף מיר מיט שרעק: זיי האָבן געזען דעם טויט פֿאַר די אויגן!
און ווער עס האָט נאָר געקענט, האָט זיך פֿון מיר דערווײַטערט.
און ווידער האָט גענומען קיצלען אין נאָז…
טראַכט איך: אויב אַזוי, ווערט שוין דער עסק אינטערעסאַנט; דאַרף מען זען, וואָס פֿאַר אַ רעזולטאַטן דער צווייטער נאָס וועט קריגן.
„האָפּטשאַ!!“ — און די קאַר האָט אַ ציטער געטאָן ווי נאָך אַן עקספּלאָזשען 6!
דער עולם האָט גענומען אַרונטערגיין.
זעקס מענטשן האָבן זיך סך־הכּל אָפּגעשטעלט: אַן אַלטער ייִד, צוויי עלטערע פֿרויען (ביידע ייִרישע), אַ בחור מיט אַ פֿאַרקאַלעכט היטל און צוויי בלײכע אַרבעטער־מיידלעך מיט ווײַסע, פֿאַרפּודערטע נעזלעך…
טראַכט איך: מען דאַרף נאָך אַ נאָס טאָן און די זעקס מענטשן אויך פֿאַרטרײַבן. לאָמיך אַמאָל האָבן דאָס פֿאַרגיניגן אַרײַנצופֿאָרן אין ניו־יאָרק איינער אַליין אין אַ קאַר. גענוג געהאָנגען אויף די סטראַפּס 7; גענוג געפּלאָגט זיך אַזוי פֿיל יאָרן!
„האָפּטשאַ!!“
און איך האָב די זעקס מענטשן אויך פֿאַרטריבן!
בין איך געבליבן אין קאַר איינער אַליין. בלויז מיטן קאָנדוקטאָר און מאָטאָרמאַן.
פֿאַלט מיר אײַן: מען דאַרף דעם קאָנדוקטאָר מיטן מאָטאָרמאַן אויך פֿאַרטרײַבן. כ׳וויל טרײַען8. ,דזשאָסט פֿאָר פֿאָן 9 אפֿשר וועט געלינגען…
„האָפּטשאַ!!“
עס איז געלונגען! דער קאָנדוקטאָר מיטן מאָטאָרמאַן האָבן מיך איבערגעלאָזט אַליין מיט דער קאַר און זיי זײַנען אַנטלאָפֿן ווי אונטערגעשאָסענע!
אפֿשר זיבעציק קאַרס מיט מענטשן האָבן זיך אָפּגעשטעלט צוליב מײַן קאַר. עס איז געוואָרן אַ בלאַקייד 10.
מיט צען מינוט שפּעטער האָט מען מיך אַרעסטירט פֿאַר פֿאַרשפּרייטן די אינפֿלוענציע און פֿאַר שטערן דעם פֿאַרקער פֿון די קאַרס.
אויף מאָרגן איז געווען דער טרײַעל 11 און מען האָט מיך שטראָפֿירט מיט פֿינף דאָלאַר.
(1)טעמעני: „טעמעני האָל‟, אַן אַלטע פּאָליטישע אָרגאַניזאַציע אין דער שטאָט ניו־יאָרק באַקאַנט פֿאַר אירע קאָרומפּירטע באַאַמטע
(2) „באָרד אָוו העלט‟: געזונט־אַמט
(3) וואָוט: שטים
(4) קאַר: טראַמוויי
(5) סיט: זיצאָרט
(6) עקספּלאָוזשען: אויפֿרײַס
(7) סטראַפּס: די רימענס, אין וועלכע די פּאַסאַזשירן האַלטן זיך אָן
(8) טרײַען: פּראָבירן
(9) דזשאָסט פֿאַר פֿאָן: סתּם אויף קאַטאָוועס
(10) בלאַקייד: בלאָקאַדע
(11) טרײַעל: פּראָצעס
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO