אַ ליד פֿון חיזוק בעת דער קאָראָנאַ־תּקופֿהLISTEN: A Yiddish song of hope during the coronavirus
הרבֿ יואל ראָטה באַשרײַבט די פּאַניק אויף די ברוקלינער גאַסן און ווי אַזוי ער האַלט, אַז דער קריזיס וועט זיך ענדיקן.
פֿאָרווערטס־רעדאַקציע
הרבֿ יואל ראָטה איז באַקאַנט דעם חסידישן עולם קודם ווי אַ בראַצלאַווער רבֿ, וואָס פֿירט אָן מיט דער וויליאַמסבורגער ישיבֿה „תּפֿארת התּורה‟. ראָטהס ישיבֿה איז באַרימט ווי אַן אָרט, וווּ בחורים וואָס פּאַסן זיך ניט גוט אַרײַן אין אַנדערע סבֿיבֿות קענען געפֿינען אַ מקום־מיקלט. אַחוץ זײַנע דרשות, איז הרבֿ ראָטה אויך באַקאַנט פֿאַרן קאָמפּאָנירן אָריגינעלע לידער, וואָס ער זינגט און פֿאַרשפּרייט אויף יוטוב און דורך וואַטסאַפּ־גרופּעס. דווקא אַ טאַלאַנטירטער זינגער און לידער־שרײַבער, איז הרבֿ ראָטה איינער פֿון די אינטערעסאַנטסטע הײַנטצײַטיקע בראַצלאַווער זינגער, און זיכער דער בעסטער וואָס רעקאָרדירט מערסטנס אויף ייִדיש.
גלײַך צו דער צײַט וואָס עס האָט זיך דינסטיק פֿאַרשפּרייט די ידיעה, אַז 100 פֿרומע ייִדן אין ברוקלין זענען שוין אָנגעשטעקט געוואָרן מיטן קאָראָנאַ-ווירוס, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אין אַ שפּאָגל־נײַעם ליד זײַנס וועגן דער עפּידעמיע.
הרבֿ ראָטה האָט אַ פּנים אָנגעשריבן דאָס ליד איידער די מגפֿה איז באמת געוואָרן אַ נויטפֿאַל ווײַל, כאָטש ייִדן זינגען אָפֿט וועגן דעם געדאַנק אַז „מע דאַרף זיך פֿאַרלאָזן אויפֿן באַשעפֿער‟, דאַרף מען, אין דעם פֿאַל, אַוודאי, אַליין טאָן אַלץ מעגלעך זיך צו באַשיצן און וואָס ווייניקער צו פֿאַרשפּרייטן דעם ווירוס.
As a public service during this pandemic, the Forward is providing free, unlimited access to all coronavirus articles. If you’d like to support our independent Jewish journalism, click here to make a donation.
דאָס ליד איז טאַקע אַן אינטערעסאַנטס — דער ערשטער טייל דערמאָנט שטאַרק אין די אַלטע נײַעס־לידער, וואָס די אַמאָליקע הויפֿזינגער פֿלעגן אויספֿירן אין די שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע, כּדי מפֿרסם צו זײַן די לעצטע ידיעות און אַרויסצודרינגען עפּעס אַ נימשל דערפֿון.
הרבֿ ראָטה באַשרײַבט אין אַ לשון וואָס איז סײַ ליטעראַריש, סײַ פֿאָלקסטימלעך, וואָס קומט איצט פֿאָר אויף די ברוקלינער גאַסן און ווי מענטשן רעאַגירן אויף דער מגפֿה מיט פּאַניק. דער סטיל דערמאָנט אַ ביסל אין צוויי אַנדערע מאָדערנע נײַעס־לידער — ביילע שעכטער גאָטעסמאַנס ”באַלאַדע פֿונעם 11טן סעפּטעמבער“ און דניאל קאַהנס ליד ”חורבן קאַטרינאַ“. דער צווייטער טייל איז אין תּוך אַרײַן אַ בײַשפּיל פֿון אַ חיזוק־ליד, אַ פֿאַרשפּרייטער זשאַנער בײַ הײַנטיקע חסידים, אין וועלכן מע דערמאָנט אַ פּראָבלעם און דערקלערט, ווי אמונה קען זי לייזן.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO