Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ „סדר‟ אין דער טײַגעA “seder” in the Taiga

„הײַנט זענען מיר קנעכט בײַ סטאַלינען“ — יענטע מאַש דערציילט ווי זי האָט אָפּגעריכט אַ סדר אין סיביר מיט אַנדערע פֿרויען.

און ס’איז געװען דאָס אײנציקע מאָל אין מײַן לעבן, װען אַרום דעם פּסחדיקן טיש האָבן אַלע געמײנט אין אַן אמתן נאָר די הגדה און נישט די קנײדלעך, שױן פּשוט דערפֿאַר אפֿשר װײַל מיט קײן קנײדלעך האָט דאָרט אַפֿילו נישט געשמעקט.

אין יענעם יאָר האָט דער פֿרילינג אין סיביר זיך צוגעאײַלט אַ ביסל און גענומען זיך שטעלן אַ גוטע פּאָר װאָכן אײדער מ’האָט זיך אױף אים געריכט. דער אָב 1 האָט ערטערװײַז אָנגעהױבן זיך נעצן, האָט מען אױפֿגעהערט פֿאָרן איבערן טײַך און אַפֿילו אים אַריבערגײן צו פֿוס איז שױן אױך געװען אײַנגעשטעלט, האָט מען זיך אָפּגעהאַלטן, געזעסן אין דר’הײם און גענומען װאַרטן ביז גאָט װעט העלפֿן און די נאַװיגאַציע װעט זיך אָנהײבן. ס’איז נישט אַזױ פּשוט װי עס קען זיך דאַכטן. װאַרטן איז אַ קלײנער אומגליק. מ’איז געװױנט דאָ צו װאַרטן, װען זשע? װען מ’איז פֿאַרזאָרגט כאָטשבי מיט דער טעגלעכער פּײַקע ברױט, אָדער, לכל־הפּחות, מיט אַ ביסל קאַרטאָפֿליעס, עטלעכע בורעקלעך אָדער טורנעפּסן. װי אַזױ איז אָבער דער דין װען דער קעלער איז לײדיק װי אױסגעקערט מיט אַ בעזעם און די געצײלטע אָרטיקע „גבֿירים־אַדירים‟ פֿון צװישן די אַלט־אײַנגעזעסענע סיביריאַקעס, װאָס פֿאַרמאָגן נאָך פֿאָרט עפּעס דאָרט אין זײערע „שפּײַכלערס‟, װעסטו בשום־אופֿן נישט פּועלן זײ זאָלן דיר פֿאַרקױפֿן כאָטש עפּעס װאָס אונטערצוהאַלטן די נשמה, זאָלסט זײ אַפֿילו נאַרײַען דאָס שענסטע און דאָס בעסטע. אין דעם צײַטאָפּשניט טאָגט שױן בײַ יעדן אין די זאַפּאַסן, װעט קײנער נישט אַרױסרײַסן בײַ זיך דעם ביסן פֿונעם מױל, דו זאָלסט אים אַפֿילו אָפּגילדן.

טאָמער װײניק, נעמט גאָט און שיקט אונדז צו אַ נײַע מכּה, פֿון די ניט־פֿאַרהגדהטע סיבירער מכּות און פֿון די שװערע שיכטן שנײ פֿאַר דעם לאַנגדױערנדיקן װינטער, פֿאַלט אײַן דער קױמען פֿון דער בעקערײַ אין קראַסנאָיאַר, פֿון דעם אײנציקן „כליעבזאַװאָד‟ 2 (גאָט זאָל מיך ניט שטראָפֿן פֿאַר די רײד), װאָס פֿאַרזאָרגט מיט ברױט אַלע דערפֿלעך און ייִשובֿים פֿונעם אַרום. װאָס טוט מען אין אַזאַ פֿאַל? מען באַגנוגנט זיך מיט דרײַ מאָל אַ טאָג כליעפּטשען די קאַליפֿוציע 3, דעם פּריװאַריק, קײַ און שפּײַ. פֿון װאַלד־שװעמעלעך פֿאַרפּראַװעט מיט קאָלבאַ (װילדער קנאָבל), װאָס, אײדער מען שלינגט אַראָפּ דעם לעצטן לעפֿל געקעכטס, איז מען שױן װידער הונגעריק.

אַזױ האָט זיך געצױגן בײַ די צװײ װאָכן, ביז ס’איז אָנגעקומען די ידיעה פֿון קראַסנאָיאָר, װוּ ס’האָט זיך געפֿונען דער דאָרפֿראַט און ס’האָט דאָרט אױך געװױנט אונדזער קאָמענדאַנט, מען זאָל אַרױסשיקן צװײ געזונטע בחורים מיט שליטעלעך, װעט מען אונדז שיקן מיט זײ צװײ זעקלעך מעל — דעם „טרוקענעם‟ פּאַיאָק, אַזױ צו זאָגן, װאָס קומט אונדז פֿאַר די צװײ װאָכן. און װײַטער… װײַטער איז גאָט אַ פֿאָטער. אין גיכן, האָפֿן זײ, װעט די פּעקאַרניע װידער אָנהײבן אַרבעטן.

די עקספּעדיציע האָט אַרױסבאַגלײט דער גאַנצער אוטשאַסטאָק. יעדער האָט עפּעס אָנגעזאָגט, דערמאָנט, געעצהט אָדער סתּם אַ ברכה נאָכגעשיקט. דער װעג איז פֿאָרגעשטאַנען אַ שװערער, ניט קײן אױסגעטראָטענער. מיט אָן אַ שיעור קאַליוזשעס צעגאַנגענעם שנײ, אַזױ אַז אַפֿילו לײדיקע, ניט־אָנגעלאָדענע, האָבן די שליטעלעך זיך שװער געשלעפּט. אַ װאָך צײַט האָט געדױערט ביז מ’האָט דערלעבט צו זען די חבֿרה צוריק אין דר’הײם. נישט געקומען, נאָר דערקראָכן זענען זײ און אױך דאָס אַ דאַנק דער מיטהילף װאָס מ’האָט אַרױסגעשיקט זײ באַגעגענען.

אַזױ האָט דער אײבערשטער אונדז פֿאַרזאָרגט מיט מצות אױף פּסח. די ניט־ייִדן האָבן געמאַכט קליאָצקעס 4, געקאָכט זאַטעריוכעס 5, זיך געקװיקט מיט אַ פּיסנעם קאָליש און די ייִדישע פֿרױען, װײַל ס’איז געװען פּונקט ערבֿ פּסח, האָבן פֿון דעם באַקומענעם מעל געבאַקן מצות.

עס קלינגט זײער װאַזשנע — געבאַקן מצות! נישט קײן אײער מצות, אַװדאי נישט קײן שמורה־מצות, מצהלעך די גרײס װי אַ גענעץ, װײַל זײ האָבן זיך געבראָכן אונטער דער קאַטשלקע, אָבער פֿאָרט מצהלעך, פֿון לײם־קאָליר אַפֿילו, נאָר זײער באַטעמטע. נאָך אַלעמען שטײט אין ערגעץ נישט געשריבן, אַז מצות מוזן זײַן געלע, קראָכיקע, זענען אונדזערע מצות דעריבער געװען טאַקע צוגעפּאַסט צום אמתן סטאַנדאַרט: הא לחמא עניא דסיביר.

די ייִדישע משפּחות פֿון אונדזער באַראַק און פֿונעם שכנותדיקן אוטשאַסטאָק זענען געקומען. יעדער מיט זײַן אײגענער פּאָרציע מצות, פֿאַרשטײט זיך, פּראַװען בײַ אונדז דעם סדר. מײַן מאַמע האָט אָנגעפֿירט מיטן פּאַראַד. קײן הגדות האָבן מיר נישט געהאַט, האָט מײַן קלוגע מאַמע פֿאָרגעלײגט פּראַװען דאָס מאָל דעם סדר לױט אַ שפּאָגל נײַעם נוסח. אַזױ פֿיל יאָרן געפֿירט די סדרים װי גאָט האָט געבאָטן און װי אונדזערע אַמאָליקע חכמים האָבן אײַנגעזען און צונױפֿגעשטעלט, װעלן מיר דאָס יאָר, בעל־כּרחנו, געבן אונדזער אײגענעם פּירוש די פֿון דורות אײַנגעפֿונדעװעטע מינהגים. קײן קשיות װעלן מיר נישט פֿרעגן, קודם װײַל ס’איז ניטאָ װעמען צו פֿרעגן, והשנית — אָנהײבן פֿרעגן קשיות, װעלן מיר נישט אַרױס ביז אין דער פֿרי. אונדזערע קשיות זענען אײגנטלעך נישט קײן קשיות, נאָר טענות, טענות צום רבונו־של־עולם. פֿאַר װאָס, למשל, עסן מיר הײַנט נישט קײן חמץ? — זײער פּשוט, װײַל ס’איז אײַנגעפֿאַלן די בעקערײַ אין קראַסנאָיאַר, און מרור האָבן מיר שױן אַפֿילו מער װי מען דאַרף, מיר גײען שױן אַרום אַלע אױסגעגרינטע פֿון אַזױ פֿיל קאָלבאַ 6 און נישט מיר טינקען, נאָר מיר טרענקען זיך אין אַ ים פֿון טרערן און ליגן, ליגן מיר נײַן אײלן אין דר’ערד, װײַט אָפּגעשײדט פֿון אונדזערע אײגענע און נאָענטע.

…עבֿדים הײנו לפֿרעה במצרים, און הײַנט זענען מיר קנעכט בײַ סטאַלינען, פֿאַרשיקטע אױף קאַטאָרגע אין דער סיבירער טײַגע, מענטשן אָן רעכט און אָן דער מינדסטער האָפֿענונג מיר זאָלן זיך װען ס’איז ניט איז פֿון דאַנען ראַטעװען.

װאָס טױגן אונדז די ציטאַטן פֿון צוריק מיט טױזנטער יאָרן — װאָס ר’ אליעזר האָט געזאָגט דאָרט װעגן יציאת־מצרים, אָדער ר’ בערל, צי ר’ שמערל, װען מיר קענען הערן די מומע גיטל און די מאַדאַם גלאַגער, די מאַדאַם גורװיץ און סאָניע שמוקלער, שײנדל געלמאַן און די מאַדאַם שװאַרצמאַן, זאָלן זײ אונדז דערצײלן װי אַזױ, אָן אַ פֿאַרװאָס און אָן אַ פֿאַרװען, האָט מען זיך, אין אַ פֿינצטערער נאַכט, אַרײַנגעריסן און חרובֿ געמאַכט זײערע שטיבער און זײער משפּחה־לעבן. זאָל יעדע פֿון אײַך דערצײלן װי אַזױ מיר האָבן געלעבט אין די קלײנע שטעטלעך, אָפּגעהיט ייִדישקײט און מענטשלעכקײט, געזאָרגט און פֿאַרזאָרגט אָרעמע לײַט מיט חלה אױף שבת און מצות אױף פּסח, מיט אױסשטאַטונג פֿאַר אָרעמע כּלות און מיט הילף פֿאַר די נױט־באַדערפֿטיקע און, נישט געקוקט דערױף, האָט דער רבונו־של־עולם געשיקט זײַן שליח, װעלכער האָט אונדז פֿאַראורטײלט װאַנדערן און אָפּװיסטן דאָס לעבן אין דער סיבירער טײַגע.

…און װען מען זאָל געװען אונדז פֿאַרשיקן און כאָטש נישט צעטײלן מיט די מענער, מיט די פֿאָטערס, װאָלט, דאַכט זיך, אױך געװען דײנו! איז נײן! דעם בעכער פֿון יסורים דאַרף מען אױסטרינקען ביזן דנאָ — די מענער אָפּגעטײלט און פֿאַרשיקט אױף צװאַנגאַרבעט אין די לאַגערן אױפֿן אוראַל און די פֿרױען מיט די קינדער אױף אומקום אין דער טײַגע.

מיר האָבן אַ פּנים שװער געזינדיקט, אױב דער רבונו־של־עולם שיט אױס זײַן גאַנצן צאָרן דװקא אױף אונדז, שיקט די מכּות אונדז און נישט אונדזערע אונטערדריקערס. און בכלל װאָס איז עס פֿאַר אַ „שפֿוך חמתך‟? פֿאַר װאָס ביסטו אײביק פֿול מיט צאָרן און מוזסט אױסלאָזן צו עמעצן? דאָס װאָס האָסט באַשאַפֿן, דאָס האָט זיך באַקומען, טענות קענסטו האָבן נאָר צו זיך אַלײן.

Yente Mash

יענטע מאַש

און אַלע זענען מסכּים און יעדע דערצײלט איר חלק פֿון דער ניט־פֿאַרשריבענער סיבירער הגדה, ביז סע װערט שפּעט און מען כאַפּט זיך, אַז די קערה אױפֿן טיש שטײט אַ פֿאַרשעמטע װי אַן „אָרעמע כּלה‟ אַן אױסגעפּוצטע מיט אױסגעבאָרגטן צירונג. אַן אױסגעבעטענע אָפּגעקאָכטע קאַרטאָפֿליע, אַ בײנדל פֿון גאָט װײסט װאָס פֿאַר אַ חיה, אַ סאָסנאָװע שישקע אױפֿן אָרט פֿון אַן אײ, יאַגדעס אין אָרט פֿון חרוסת און אַ סך, אַ סך מרור — קאָלבאַ. אַלע אַרום טיש באַקומען אַ חלק פֿונעם „גוטס‟, מאַכט מען אַ ברכה און מ’איז זיך מכבד. דערנאָך פֿאַרטרינקט מען מיט שטאַרקער טײ, פֿאַרפּאַרעטע פֿון אױסגעטריקנטע ברוסניקע־בלעטלעך און מען נעמט זיך צו די זמירות. זמירות מיט אַ באַטײַט, זמירות מיט קאָמענטאַרן, פֿאַרשטײט זיך. דעם „אחד מי יודע?‟ רײַסט מען איבער באַלד נאָך די „ארבע אמהות‟, דערפֿאַר לײגט מען דעם טראָפּ אױף „חד־גדיא‟ און האַלטן אין אײן װאַרטן ביז די קאַץ װעט פֿאַרצוקן דאָס ציגעלע, און דער כּלבֿ װעט אַ ביס טאָן די קאַץ, און דער שטעקן װעט דערלאַנגען דעם הונט און אַזױ װײַטער און אַזױ װײַטער — אײן אױסגוס פֿון צרות און װײטיקן. קײנער פּרוּװט אַפֿילו נישט צו לײזן דעם סכסוך אױף אַ פֿרידלעכן אופֿן. מען הרגעט און מען שׂרפֿעט און מ’איז גרײט אײַנשלינגען אײנער דעם צװײטן, אַזױ לאַנג און אַזױ ברײט ביז דער מלאך־המװת ברענגט אום דעם שוחט, דעמאָלט כאַפּט זיך דער רבונו־של־עולם, אַז עס האַלט שױן שלעכט, מ’האָט אַ ביסל איבערגעכאַפּט די מאָס, מישט ער זיך שױן סוף־כּל־סוף אַרײַן און שטעלט אָפּ די הריגות.

— פֿון װאָס מענטשן קענען הנאה האָבן און אין װאָס זײ קענען גלײבן אין אַ צײַט פֿון נױט? מ’האָט צונױפֿגעשטעלט אַ מעשׂה, אַ שױדערלעכע מעשׂה, צוגעטשעפּעט איר כּלומרשט אַ „העפּי־ענד‟ (אַ גליקלעכן סוף) און… געלױבט איז גאָט לעולם־ועד! מען חזרט עס איבער מדור לדור און, װי אַ מענטש װאָס טרינקט זיך, כאַפּט מען זיך אָן אין דער האָפֿענונג, אַז דער גאָט װאָס האָט אַרױסגעפֿירט אונדזערע אָבֿות־אַבֿותינו פֿון מצרים, דער זעלבער װעט אױך אונדז פֿון דאַנעט אױסלײזן במהרה, בימינו אָמן!

קײנער האָט דערבײַ נישט געװאָלט אַפֿילו אַ טראַכט טאָן, אַז עס קען זיך מאַכן און דער דאָזיקער „סדר‟ װעט זײַן דער לעצטער אין זײער לעבן. צום יאָר איז מײַן מאַמע שױן נישט געװען. אױך אַנדערע זגוריצער פֿרױען האָבן פֿאַר דער צײַט זיך געפֿעלט און פֿאַרבליבן אַזױ אַרום אין סיבירער ערד אױף אַלע אײביקײטן. קײן מצות, װידער, האָבן מיר שױן מער, אַפֿילו בדרך־נס, נישט געהאַט און אױך קײן חשק נישט צו פּראַװען נאָך אַ מאָל אַ „סדר‟ אין סיביר.

־־־־־־־־־

1) אָב: נאָמען פֿון אַ טײַך אין סיביר
2) „כליעבזאַװאָד‟: אַ ריזיקע בעקערײַ, אַ מין פֿאַבריק פֿון געבעקס
3) קאַליפֿוציע: נעבעכדיקע עסן
4) קליאָצקעס: אַ מין קניידל
5) זאַטעריוכעס: אַ סיביריש עסנוואַרג
6) קאָלבאַ: אַ מין קנאָבל

־־־־

צו באַשטעלן אַ זאַמלונג פֿון יענטע מאַשעס דערציילונגען, אַרײַנגערעכנט „אַ סדר אין דער טײַגע‟, גייט אַרײַן אין קאַטאַלאָג פֿון לייוויק־פֿאַרלאַג.

30 % הנחה אין דער קאָראָנאַ־תקופֿה

קאָד: corona30

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.