דאָס אויפֿנעמען געסט איז מער חשובֿ ווי באַגריסן די שכינהWelcoming guests is greater than greeting the divine presence
וואָס איז ערגער: אומגעוווּנטשענע געסט? אָדער אַזעלכע, וואָס באַשליסן אין דער לעצטער מינוט נישט צו קומען?

Graphic by Angelie Zaslavsky
אין גמרא איז פֿאַראַן אַ באַרימטער אויסדרוק: „גדולה הכנסת אורחים מקבלת פּני שכינה‟ – הכנסת־אורחים איז גרעסער, ווי די אַנטפּלעקונג פֿון דער הייליקער שכינה. בײַ אַ יום־טובֿדיקן טיש פֿול מיט געסט שפּירט מען זיך טאַקע שכינהדיק, מלכותדיק.
וואָס באַקומט זיך אָבער, ווען מע רעכנט זיך אויף געסט, מע שלעפּט זיך אַ גאַנצן טאָג איבער דער שטאָט, מע פּטרט אַ נישקשהדיקע סומע געלט — און צום סוף קומען זיי נישט? אַנשטאָט דער ליכטיקער שכינה קומט אַ ביטערער עגמת־נפֿש.
געוויסע באַקאַנטע האָבן זיך הײַיאָר געקליבן צו פֿאַרברענגען בײַ אונדז דעם סדר. וואָס זשע טוט מען? ווי באַלד מיר — איך מיט מײַן פֿרוי — האָבן לכתּחילה נישט דערוואַרט קיין געסט, האָבן מיר געהאַט זייער אַ מינימאַליסטישן זאַפּאַס פּסחדיקע מאכלים: אַ פּאָר פּעקלעך שמורה־מצות, אַ פּאָר פֿלעשער ווײַן, אַ ביסל הינערפֿלייש, קאַרטאָפֿל…
כ׳האָב געהאָפֿט, אַז דער קאָראָנאַ־ווירוס וועט זיך נישט דערקלײַבן ביז פּעטערבורג. צום באַדויערן, האָט ער זיך יאָ דערקליבן — צום גליק, נישט אויף אַזאַ פֿאַרנעם, ווי אין מאָסקווע אָדער, חלילה, ניו־יאָרק. ווי אַ רעזולטאַט, האָט מען אַ סך אויטאָבוס־ליניעס פֿאַרמאַכט אָדער היפּש פֿאַרלענגערט דעם אינטערוואַל צווישן די אויטאָבוסן צוליב דעם קאַראַנטין און אין דער מעטראָ האָט מע פֿאַרשלאָסן אַ סך אַרײַנגאַנגען.
דאַכט זיך מיר, די טראַנספּאָרט־באַגרענעצונגען זענען געווען זייער אומגעלומפּערטע, ווײַל צוליב זיי זענען די אויטאָבוסן און מעטראָ־סטאַנציעס געוואָרן נאָך מער געפּאַקט. שפּעטער, חול־המועד, האָט מען טיילווײַז געלייזט די פּראָבלעם. אין דער מעטראָ פּלאַנירט מען איצט בכלל אָנצוהייבן אַרײַנלאָזן די פּאַסאַזשירן איינעם נאָכן צווייטן, אָפּהיטנדיק די דיסטאַנץ צווישן זיי. דערצו, פּלאַנירט מען אַרײַנצולאָזן בלויז די, וואָס האָבן אַ ספּעציעלע דערלויבעניש און אַ גוטע סיבה ערגעץ צו פֿאָרן.
אַזוי צי אַנדערש, וווין איך אויפֿן סאַמע עק פֿון פּעטערבורג. וואָס שייך דער מגפֿה, איז עס דערווײַל אַ מעלה: אין דער געגנט האָט זיך דערווײַל אָפּגעפֿונען בלויז איין מענטש אָנגעשטעקט דערמיט.
האָב איך זיך געלאָזט פֿאָרן קויפֿן גוטע מאכלים פֿאַר אונדזערע געסט. אַלע שילן זענען פֿאַרמאַכט, אָבער אינעם שטאָטישן צענטער אַרבעט אַ כּשרע קראָם. צוליב די ווילדע טראַנספּאָרט־באַגרענעצונגען האָט די נסיעה בײַ מיר פֿאַרנומען ממש אַ גאַנצן טאָג. די פּרײַזן פֿון ס׳רובֿ פּראָדוקטן, אַרײַנגערעכנט די מצות, זענען שטאַרק געשטיגן — אויך צוליב דעם קאַראַנטין און שוועריקייטן וואָס־ניט־איז צו ברענגען פֿון אַן אַנדער לאַנד און אַפֿילו אַן אַנדער שטאָט, בפֿרט מאָסקווע, וווּ די קאַראַנטין־מיטלען זענען באַזונדערס שטרענגע; אַפֿילו פֿאַרן סתּם שפּאַצירן אין דרויסן אָן אַ סיבה קאָן מען דאָרט אַרעסטירט ווערן.
מײַנע מתּנות פֿאַר די געסט האָט די פּאָליציי צוויי מאָל באַקוקט און אויך צוויי מאָל באַשטראַלט מיטן רענטגען. צוליב וואָס — איז שווער צו פֿאַרשטיין: די רענטגען־שטראַלן זענען דאָך נישט מסוגל צו דעטעקטירן קיין ווירוסן.
דער וועג אַהיים האָט פֿאַרנומען אַ האַלבן טאָג. אַ גוטן צענדליק מײַל האָב איך געמוזט שלעפּן מײַנע שפּײַז־פּעקלעך אויף די הענט און צוליב דעם צוגעקלעמט אַ נערוו אין איינעם פֿון די פֿינגער.
איז וואָס זשע? אינעם לעצטן מאָמענט האָבן די געסט באַשלאָסן נישט צו קומען! ווען עס וואָלטן צו אונדז געקומען אומגעוווּנטשענע געסט וואָלט טאַקע פֿאַרשאַפֿן אַן אומבאַקוועמע סיטואַציע, נאָר אַזאַ אויפֿפֿירעכץ איז, דאַכט זיך, נאָך ערגער. זיי האָבן זיך אַפֿילו ניט אַנטשולדיקט.
נאָך אַ „שיינע‟ זאַך: די מצות. הגם זיי זענען, אין טעאָריע, פֿון אַ גוטער קוואַליטעט, האָב איך נישט געפֿונען קיין איין מצה־שלמה. אײַנגעבראָכענע, אָפּגעריסענע, געלעכערטע, סתּם קליינע ברעקלען. אַוודאי ווייס איך די קונץ, אַז מע קאָן אָפּברענגען די ראַנדן פֿון אַ האַלבער מצה. אַזוי אַרום ווערט זי על־פּי הלכה פֿאַררעכנט ווי אַ גאַנצע. 30 דאָלאַר פֿאַר יעדן פּעקל ברעקלעך איז דאָך אָבער אויך אַן עוולה און אַן עגמת־נפֿש.
אַזוי ווי הכנסת־אורחים איז אַ גרויסע מיצווה, גלייב איך, אַז פֿאַר די געסט איז אויך אַ גרויסע מיצווה טאַקע צו קומען.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
