Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מיט די אױגן פֿון אַ דיכטערWith the eyes of a poet

כּמעט צען יאָר האָט דער מחבר נישט געשריבן קיין לידער, נאָר פּלוצלינג האָט ער זיך געפֿונען אין מיטן אַ לידער־מבול.

הײַנט פֿאַרשטײ איך, אַז דאָס ערשטע ליטעראַרישע װערק, װאָס האָט געהאַט אַ דירעקטע השפּעה אױף מײַן שרײַבערישן לעבן איז געװען הײַנריך בעלס ראָמאַן „נאָכבאַמערקונגען פֿון אײנעם אַ קלאָון‟ (1963).

נאָך דעם, װי כ’האָב איבערגעלײענט דעם אָ ראָמאַן, האָב איך צונױפֿגעזאַמלט אַלע מײַנע שרײַבערײַען און זײ פֿאַרשטעקט אונטער אַ טאָפּטשאַן 1 און לאַנגע פֿופֿצן יאָר זיך אײַנגעהאַלטן צו שרײַבן, אָבער ניט אױפֿגעהערט צו לײענען. פֿאַרקערט — געלײענט בײַ טאָג און בײַ נאַכט, און איבער הױפּט לױט דער רשימה װאָס פֿלעגט מיר רעקאָמענדירן מײַן מיטשילער און אַן אמתער לערער, אַלעקסאַנדער קיסיעליאָװ, הײַנטיקע טעג אײנער פֿון די גרעסטע קינאָ־דאָקומענטאַליסטן אין רוסלאַנד. יעדער בעל־מומחה װעט אײַך זאָגן, אַז װען מע האָט אַזאַ לערער װי קיסיעליאָװ, איז שװער צו בלײַבן אַ „גרױ מײַזעלע‟ אין אַ װעלכן ניט איז געביט פֿון דער קונסט.

ניט לאַנג צוריק האָב איך זיך געכאַפּט בײַ אַ געדאַנק, כ’קען אַפֿילו זאָגן — בײַ אַ פֿעסטער מײנונג, אַז אַלץ װאָס איך האָב געטאָן די לעצטע פֿינף און זעכציק יאָר — האָב איך זיך געלערנט. און װאָס מער איך לערן זיך, אַלץ קלאָרער װערט די מסקנא, אַז אַפֿילו װען דער אײבערשטער װעט מיך באַשענקען מיט אַ טאָפּלט לעבן, ס’הײסט, מיט צװײ הונדערט פֿערציק יאָר, אױך דעמאָלט װעל איך נישט אױפֿהערן טענהן, אַז מײַנע קענטענישן זײַנען קנאַפּער פֿון אַ קנאַפּל. דעריבער בין איך אַזױ זשעדנע צו זען, צו הערן, צו פֿילן — װאָס טוט זיך בײַ אַנדערע? װאָס זעען זײ? װאָס הערן זײ? װאָס פֿילן זײ? װאָס מאַכן זײ? װאָס… װאָס… װאָס?…

אַז מע איז יונג און מע קען נישט שלאָפֿן, איז די סיבה דערױף, כּמעט שטענדיק, אַז מע דאַרף זוכן אױפֿן ליבע־געביט. אָבער, אַז מע קומט שױן צו אַ שׂיבֿה־טובֿה 2, איז שװער פֿעסטצושטעלן װאָס איז די אמתע סיבה פֿון דער שלאָפֿלאָזיקײט. און, איך מײן, אַז כ’האָב שױן אַ מאָל געשריבן, אַז די שלאָפֿלאָזע נעכט האָבן גאָר אַ פּאָזיטיװע זײַט — אין אַ באַזונדערער נאַכט־שטילקײט קען מען זיך לערנען.

מיט אַ האַלב יאָר צוריק האָב איך געהאַט די זכיה אױפֿצונעמען בײַ זיך אַ געגאַרטן גאַסט, מײַן טײַערן פֿרײַנט דובֿ־בער קערלערן. אַז מע זעט זיך אײן מאָל אין פּורים, װילט זיך דאָך אײַנשלינגען מיט אײן שלוק אַלץ, װאָס ס’האָט זיך אָנגעזאַמלט אין משך פֿון אַ גוט שטיקל צײַט. און װען בערעלע האָט מיך אַ פֿרעג געטאָן פֿאַר װאָס זעט מען נישט עפּעס מײַנע נײַע לידער־זאַמלונגען אָדער פּשוט נײַע לידער, האָב איך אים געזאָגט דעם אמת, — אַז שױן כּמעט צען יאָר װאָס די לידער האָבן מיך פֿאַרלאָזט, זײ קומען נישט צו מיר. צו זיצן און אױסקװעטשן פֿון זיך „כּאילו נײַע לידער‟ — דאָס קען איך נישט, װײַל כ’האָב קײן מאָל נישט „געשריבן‟ קײן לידער, — זײ פֿלעגן אַלײן קומען צו מיר, ממש אַראָפּפֿאַלן פֿון הימל און אַלץ װאָס איך האָב געדאַרפֿט טאָן — דאָס באַװײַזן צו פֿאַרשרײַבן זײ אױף פּאַפּיר, און װאָס פּינקטלעכער איז טאַקע אַלץ בעסער. און בכלל, האָב איך דעמאָלט אַ װאָרף געטאָן אַ טענה סתּם אין דער װעלט, — די אמתע לידער קומען צוזאַמען מיט אַ משוגענער ליבע צו אַ פֿרױ, און עס מאַכט נישט אױס צו װעמען, אַפֿילו צו אַ „ציג‟ אָדער צו אַ „שלאַנג‟…

װאָס זאָל איך אײַך זאָגן?.. װי אין װאַסער געקוקט, — אָנגעקראַקעט, װײַל ממש אין אַ פּאָר טעג אַרום האָב איך זיך געפֿונען אין מיטן אַ לידער־מבול, װעלכער שטעלט זיך ניט אָפּ ביז הײַנטיקן טאָג. צי איז דאָס אַ קללה צי אַ ברכה — דאָס װײס איך נישט, נאָר דער אמת איז, אַז איך פֿיל זיך פּונקט אַזױ װי עס פֿילט זיך אַ יעדער הױפּט גליקלעכער מענטש. און מײַן דאַנקבאַרקײט אַלע מענטשן, װאָס האָבן גורם געװען דאָס װירקלעכע גײַסטלעכע „תּחית־המתים‟, מײַן דאַנקבאַרקײט האָט נישט קײן גרענעץ, און, װי עס האָבן זיך אַ מאָל אױסגעדריקט אונדזערע חכמים — והמבֿין יבֿין, אַ מענטש מיט אַ פֿאַרשטאַנד װעט פֿאַרשטײן.

אין משך פֿון די לעצטע דרײַסיק יאָר איז מיר אױסגעקומען צולײגן אַ האַנט צו אַן אַריבער הונדערט ייִדישע ביכער, איבער װעלכע כ’האָב געאַרבעט װי אַ רעדאַקטאָר אָדער װי אַן עצה־געבער, און טאַקע כּמעט די גאַנצע צײַט האָט מיך נישט געלאָזט צו רו אַ געפֿיל, אַז אָט דאָס אָ „נײַע װערק‟ האָב איך שױן אַ מאָל בײַ עמעצן געלײענט, און אױך דאָס האָב איך געהאַט געלײענט, ביז כ’האָב סוף־כּל־סוף געפֿאַלן אױף אַ געדאַנק, אַז זײער אַ גרױסע טײל פֿון דער הײַנטצײַטיקער „נײַער ליטעראַטור‟ איז אַ צװײטיקע ליטעראַטור. ס’הײסט ניט, חס־וחלילה, אַז עמעצער האָט צוגעגנבֿעט מיט אַ כּװנה בײַ די קלאַסיקער אָדער בײַ די באַװוּסטע ייִדישע שרײַבער פֿון אַ מאָל. נײן, אָבער זײער שעפֿערישער װעגװײַזער האָט זיך אָפּגעשטעלט בײַ אַ געװיסער היסטאָרישער װאַנט, און װײַטער — חזרט זיך אַלץ איבער — סײַ טעמאַטיש, סײַ סטיליסטיש, סײַ פֿילאָסאָפֿיש. דאָס זעלבע קומט פֿאָר אױך אין די ליטעראַטורן בײַ אַנדערע פֿעלקער, און נאָר געצײלטע שריפֿטשטעלער האָבן די העזה אױפֿצוברעכן די װענט פֿון פֿאַרשימלטע פּאָסטולאַטן און נאָרמעס, און דורכלײגן אַ סטעזשקע אין דער צוקונפֿט.

איך געהער צו יענע מענטשן, װעלכע האָבן אַ ספֿק אין אַלץ, און מײַנע אײגענע מחשבֿות און געפֿילן זײַנען נישט קײן אױסנאַם, — אַזױ אַרום, קען זײַן, אַז מײַנע געפֿילן זײַנען נישט קײן ריכטיקע, װײַל איך קוק אױף דער װעלט מיט אַ קראַנק, פֿאַרליבט האַרץ. אָבער עס קען אױך זײַן, אַז די אױגן, מיט װעלכע דאָס פֿאַרליבטע האַרץ מײַנס קוקט אױף דער העלער װעלט, זײַנען די אױגן פֿון אַן אמתן פּאָעט. צי קען מען דען עפּעס גענױ װיסן אױף דער װעלט?.

די אױגן מײַנע

**

די אױגן מײַנע
שװער איז איצט געװאָרן
אױסמלױצען 3 קערנדלעך פֿון ליבע, —
עס האָט זיך מיר פֿאַרבענקט
נאָך ערשטן שנײ פֿון לעצטן חלום.

**

דײַן עקסצעלענץ,
איך האָב דיך נישט דערקענט…
זײַ מוחל מיר… װאָס זוכסטו דאָ,
בײַ אונדז אין שטעטל?
איך האָב פֿאַרלױרן מײַן געליבטע?.. —
געענטפֿערט, װי געפֿרעגט,
האָט מיר שלמה המלך.

**

אױפֿן האַלבװעג אין גן־עדן
האָט מיך אָפּגעשטעלט אַ קורװע,
צוגעזאָגט מאַלײַ און אורדע
און אַ גליקנאַכט פֿאַר אונדז בײדן.
אױפֿן האַלבװעג צו איר כאַטקע
כ’האָב פֿאַרגעסן אין מײַן נאָמען,
אָפּגעשטעלט זיך בײַ אַ ברונעם
און געזוכט אַ מזל־לאַטקע.
אױפֿן האַלבװעג אין גן־גהנום
בײַ אַ צדיק כ’פֿרעג אַן עצה, —
אפֿשר קען איך עפּעס קענען?..
— גײ זיך… דרײ מיר נישט די בצים.

**

דיך צום האַרצן צוגעטוליעט, —
האָט דײַן אָפּל מיך פֿאַרכּישופֿט, —
ס’גאַנצע לעבן אין אַ נישע, —
פֿרײַ פֿון ברוגז, בײזס און רישעות.
ס’האָט געדױערט נאָר אַ רגע, —
כּישוף האָט אַ קורצן לעבן, —
אַ נס־בליץ… און הײבסט אָן גלײבן,
אַז װעסט װערן באַלד אַ מבֿין, —
סײַ אױף אָפּלען, סײַ אױף הײװן.

**

אײַנגעהױקערט אין מײַן בעטל
כ’האָב אַװעקגערוקט דעם פֿאָרהאַנג
אין אַ זײַט
און נאָכגעשפּירט װי
די לבֿנה װערט אַלץ קלענער
ביז זי װערט אין גאַנצן נעלם
נאָר כּדי כ’זאָל קענען מאָרגן
בענטשן דיך און נײַעם חודש, —
זאָלסטו װידער האָבן כּוחות
מוחל זײַן און װײַטער לעבן
מיט אַ ליבע אין די אױגן.

**

אױפֿן לײַװנט פֿונעם ענדלאָז רונדן הימל
מיט די אױגן מאָל איך נײַע װעלטן –
אַ ראש־חודש און אַ גימל־לײטער…
סטײַטש… װי קען אַ חודש זײַן אַ נײַער?..
רבי־לעבן, זײַ מיר דאָס מְבֿאר…
אונדזער דאָרף איז װײַט
פֿון לעבנס־שליאַכן…
אױפֿן עץ־החײם זיצט מײַן רבי־לעבן,
אַ צעשװוּמען מײדלש פּנים הײבט אָן לאַכן
װי פֿון יענער װעלט, ניט דאָ געדאַכט…
און שװעבן
שטראַלן פֿונעם מילעכװעג. און װעבן
בילדער אױפֿן לײַװנט פֿונעם הימל, –
פֿאַרבן לעבן אָפּ אַ רגע־לעבן –
הימל װײסט ניט פֿון קײן טױט און שימל…
נאָר איר פּנים גלימערט װי דערנעבן
אין די שװאַרצאַפּלען
פֿון אײביק װאַכן רבי’ן…

1) טאָפּטשאַן: אַ הילצערנע בעט מיט אַן אָרט פֿאַר קלײדער אָדער אַנדער זאַכן
2) שׂיבֿה־טובֿה: גוטע עלטער, לאַנגיאָריקײט

3) אויסמלויצען: אױסשלאָגן די קערנדלעך פֿון תּבֿואה

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.