דע־בלאַזיאָ העצט אויף קעגן די ייִדן אָבער ער איז נישט דער איינציקערDe Blasio is stoking anti-semitism. He’s not alone.
מייאָר דעבלאַזיאָ מעג זיך שעמען. אָבער מיר וואָלטן אַלע זיך געמעגט אָפּגעבן אַ חשבון־הנפֿש.
דינסטיק אָוונט האָט דער ניו־יאָרקער מייאָר ביל דע בלאַזיאָ שיִער נישט דעקלאַרירט מלחמה קעגן דעם ניו־יאָרקער ייִדישן ייִשובֿ. דער זעלביקער מייאָר וואָס האָט באַזוכט זײַן באַליבטן ספּאָרטזאַל איין טאָג נאָך דעם וואָס מע האָט שוין געהאַט געשלאָסן די ניו־יאָרקער עפֿנטלעכע שולן, רעסטאָראַנען און באַרן. דער זעלביקער מייאָר וואָס האָט דעם פֿאַראַכטאָגיקן שבת אַליין שפּאַצירט אין ”פּראָספּעקט־פּאַרק“ פּונקט ווען מע האָט געמאָלדן אין דער פּרעסע, אַז 28 ניו־יאָרקער לערער זענען שוין אומגעקומען פֿונעם ווירוס. און איצט איז ער ווידער געגאַנגען באַזוכן אַ גרויסן עולם מענטשן. דאָס מאָל — קיין וויליאַמסבורג, וווּ אַ סך סאַטמאַרער חסידים האָבן זיך געהאַט פֿאַרזאַמלט אויף אַ לוויה. לויט אַ טוויט זײַנעם, איז ער געפֿאָרן, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז „מע זאָל דעם עולם פֿאַרטרײַבן.“
דערנאָך האָט ער דורך טוויטער ווײַטער געמאָלדן אַזוי:
”מײַן מודעה פֿאַרן ייִדישן ציבור, און פֿאַר אַלע ציבורס, איז פּראָסט און פּשוט: שוין פֿאַרבײַ די צײַט פֿאַר סטראַשוניקעס. איך האָב שוין געבעטן די ניו־יאָרקער פּאָליציי צו רופֿן מענטשן צו קומען אין געריכט, אָדער אַפֿילו אַרעסטירן, אַלע וואָס זיי פֿאַרזאַמלען זיך מאַסנווײַז. דאָס איז כּדי אָפּצושטעלן דעם ווירוס און ראַטעווען לעבנס. און שוין.“
זײַנע טוויטס וואָלטן געווען סקאַנדאַליעזע, וועלכער פּאָליטיקער עס זאָל נישט האָבן זיי אַרויסגעשיקט, שוין אָפּגערעדט פֿונעם מייאָר אַליין. אַוודאי האָט די שטאָט דאָס רעכט צו האַלטן אַן אָרדענונג און שטראָפֿן די, וואָס האַלטן זיך נישט בײַ די פֿאַראָרדערונגען וואָס שייך דעם בלײַבן אין דער היים. מיר מוזן באַשיצן די פּאָליציי און דאָקטוירים, ווײַל דאָס וועט העלפֿן פֿאַרזיכערן אַז די צאָל קאָראָנאַ־ווירוס-געליטענע זאָל פֿאַרקלענערט ווערן. מייאָר דע־בלאַזיאָ האָט אָבער באַשולדיקט דעם גאַנצן ניו־יאָרקער ייִדישן ייִשובֿ ווי פֿאַרברעכער — און האָט געשילדערט אַלע ניו־יאָרקער ייִדן ווי אָנגעשטעקטע בייז־וויליקע מנוּוולים, וואָס מע דאַרף רופֿן אויף זיי די פּאָליציי, כּדי זיי זאָלן נישט ווײַטער פֿאַרשפּרייטן דעם ווירוס.
דאָ רעדט זיך פֿון אַ בולטן אַנטי־סעמיטיזם. דער מייאָר האָט גערעדט וועגן די העכער איין מיליאָן ניו־יאָרקער ייִדן, ווי זיי וואָלטן אַלע געווען אויף יענער לוויה. ס׳איז געווען אַ טאָפּלטע באַליידיקונג, ווײַל דאָס איז דער זעלביקער מייאָר וואָס האָט פֿאַראַיאָרן נישט באַוויזן צו באַשיצן די פֿרומע ייִדן בעת זיי האָבן געליטן פֿון טאָגטעגלעכע אָנפֿאַלן אויף די ניו־יאָרקער גאַסן.
קיין חידוש נישט, וואָס דע־בלאַזיאָ האָט בכלל נישט קריטיקרט יענע ניו־יאָרקער וואָס זענען, פּונקט ווי ער, די סוף־וואָך אַרויסגעגאַנגען שפּאַצירן אין פּאַרק, כּדי צו געניסן פֿונעם שיינעם וועטער.
דערצו האָבן די סאַטמאַרער איבערגעגעבן, אַז די ניו־יאָרקער באַאַמטע האָבן לחתּחילה יאָ גוט־געהייסן דעם פּלאַן דורכצופֿירן די לוויה און אַז מע האָט זי קאָאָרדינירט אין איינעם מיט דער ניו־יאָרקער פּאָליציי. אויב אַזוי איז עס טאַקע אַ חרפּה און אַ בושה.
דעם מייאָרס טוויטס האָבן אַ סך מענטשן שוין פֿאַרדאַמט און מיט רעכט. זיי זענען אָבער, צום באַדויערן, ווײַט נישט די איינציקע.
זינט דעם אָנהייב פֿון דער מגפֿה האָט די מעדיאַ געשילדערט די פֿרומע ייִדן ווי בייזוויליקע פֿאַרשפּרייטער פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳איז פּשוט נישטאָ קיין באַווײַז דערפֿון. נאָך מער באַטײַטיק איז דער פֿאַקט וואָס מע באַשולדיקט בלויז די פֿרומע ייִדן אַזוי. בעת מע האָט במשך פֿון אַ יאָר ווילד אָנגעשלאָגן פֿרומע ייִדן אויף די גאַסן, האָט די מעדיאַ בדרך־כּלל געשוויגן. איצט אָבער וואָס מע קען די פֿרומע ייִדן שוין שילדערן ווי מנוּוולים, האַלט די פּרעסע אין איין צעפּויקן אַזעלכע ידיעות.
נישט געקוקט אויף דעם וואָס „פּראָספּעקט־פּאַרק“ אין ברוקלין איז תּמיד געפּאַקט מיט משפּחות ווען דער וועטער איז אַ שיינער, און נישט געקוקט אויף דעם וואָס נישט בלויז ייִדן קומען אָן מאַסנווײַז אויף לוויות, און נישט געקוקט אויף דעם וואָס אַלע מינים ניו־יאָרקער אײַנוווינער פֿאַרזאַמלען זיך ווײַטער אויף די גאַסן, זעט מען אויף פֿייסבוק און טוויטער כּמעט בלויז פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פֿרומע ייִדן מיט שוואַרצע קאַפּעליושן.
אַוודאי זענען דאָ פֿרומע ייִדן וואָס פֿאָלגן נישט די תּקנות. זיי דאַרף מען יאָ פֿאַרדאַמען און, טאָמער נייטיק, זיי באַשטראָפֿן. אָבער דאָס עובֿר זײַן אויפֿן געזעץ כּדי צו קומען אויף אַ לוויה איז זייער אַנדערש פֿונעם נישט אויספֿאָלגן די געזעצן ווײַל מע וויל מאַכן געניטונגען אין דרויסן כּדי צו פֿאַרלירן וואָג. און די צאָל אַרטיקלען וועגן די פֿרומע און דער אופֿן ווי מע באַציט זיך צו זיי איז זייער אַנדערש פֿון דעם, ווי מע רעאַגירט אויף אַנדערע מענטשן, וואָס פֿאָלגן אויך נישט די אָנווײַזונגען פֿון דער שטאָט.
לאָמיר, אַ שטייגער, פֿאַרגלײַכן דעם אופֿן ווי אַזוי די מעדיאַ דעקט די חרדישע לוויות מיטן אופֿן ווי אַזוי מע האָט (מיט רעכט) באַדויערט, אַז דער ווירוס האָט זיך ווילד פֿאַרשפּרייט אויף אַ לוויה פֿון 200 קריסטן. אָדער לאָמיר פֿאַרגלײַכן די מוסר־רייד מיט וועלכע מע באַשרײַבט די חסידים מיטן מיטגעפֿיל וואָס די פּרעסע דריקט אויס פֿאַר אַנדערע מענטשן, וואָס פֿילן זיך איזאָלירט.
צוויי אַרטיקלען אינעם „ניו־יאָרק טײַמס“ זאָגן עדות אויפֿן פֿענאָמען. איין אַרטיקל האָט געהאַט דאָס קעפּל, „וואַקסנדיקע מורא און פֿרוסטרירונג צוליב דער הויכער צאָל פֿאַלן אין ייִדישע געגנטן“ און דערציילט אַז אין מאָנסי ניו־יאָרק געפֿינט מען די העכסטע ראַטע פֿון מענטשן אָנגעשטעקט מיטן קאָראָנאַ־ווירוס אין גאַנץ ניו־יאָרק. ווי דער „טײַמס“ האָט דערקלערט, „שטאַמט די פּראָבלעם פֿון יענע טיילן פֿונעם קאַונטי, וווּ עס וווינען אַ סך פֿרומע ייִדן, וואָס געוויסע פֿון זיי, לויט די אָרטיקע באַאַמטע, האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון אָפּזונדערן זיך איינער פֿונעם צווייטן.“
כאָטש מע האָט אינעם אַרטיקל באַצייכט די פֿרומע ייִדן ווי די שולדיקע אין דער פּראָבלעם אָן קיין שום פֿאַקטן דאָס צו באַשטעטיקן, האָט מען אין אַן אַנדער אַרטיקל פֿונעם זעלביקן טאָג באַוויינט די „גרויסע פֿאַרלוסטן אין די אימיגראַנטישע געגנטן פֿון קווינס“. יענער אַרטיקל האָט באַטראַכט די סיבות — ווי, למשל, די אָרעמקייט, די געפּאַקטע דירות, דאָס ניט קענען ענגליש — פֿאַר וואָס אַזוי פֿיל אימיגראַנטן זענען אומגעקומען אין קווינס צוליבן ווירוס. אַלע סיבות וואָס מע האָט דערמאָנט אין דעם אַרטיקל זענען אָבער אויך חל אויף די פֿרומע ייִדן, אָבער ס׳איז זעלטן ווען וואָס אַן אַמעריקאַנער זשורנאַליסט זאָל דאָס בכלל דערמאָנען.
אפֿשר וואָלט אַזאַ אויפֿפֿיר מצד דער מעדיאַ זיך געלייגט אויפֿן שׂכל, טאָמער וואָלט געווען עפּעס אַ באַווײַז, אַז די פֿרומע ייִדן זענען טאַקע מער שולדיק אינעם פֿאַרשפּרייטן דעם ווירוס ווי אַנדערע. הגם אין אָנהייב מאַרץ איז דער פּראָצענט קאָראָנאַ־ווירוס־אָנגעשטעקטע אין מאָנסי געווען העכער ווי אַלע אַנדערע ערטער אין ניו־יאָרק, געפֿינט זיך איצט דער עפּיצענטער פֿונעם ווירוס אין אַנדערע געגנטן, וווּ עס וווינען נישט קיין פֿרומע ייִדן. די מגפֿה האָט זיך פֿאַרשפּרייט אויף דער ייִדישער גאַס צוליב פּורים אָבער פּורים איז דאָך פֿאָרגעקומען פֿינף טעג איידער די שטאָט האָט פֿאַרשלאָסן אַלע רעסטאָראַנען. און דאָך דרײַ טעג נאָך דעם וואָס די לייקוווּדער ועד־הרבֿנים האָט געבעטן אַלע אײַנוווינער פֿון זייער שטאָט נישט צו דאַווענען אין די שילן, איז מייאָר דע־בלאַזיאָ געגאַנגען אין ספּאָרטזאַל.
נאָך אַ יאָר פֿון שווײַגן וועגן די ברוטאַלע טאָגטעגלעכע אַטאַקן קעגן ייִדן, איז עס אַ ממש שאַנדע, וואָס די מעדיאַ באַשרײַבט ייִדן אויף אַ לוויה ווי בייזוויליקע אָנגעשטעקטע מנוּוולים.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO