Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

לכּבֿוד יום־ירושלים: מײַן עלנטע נשמה פֿליט אַװעק צום כּותל־מערבֿיYom Yerushalayim: My lonely soul flies away to the Western Wall

דער מחבר דערמאָנט זיך ווי מע האָט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד גערעדט וועגן דער הייליקער שטאָט.

„למען ציון לא אחשה ולמען ירושלים לא אשקוט — פֿון וועגן ציון וועל איך ניט שווײַגן, און פֿון וועגן ירושלים וועל איך ניט רוען.‟

ישעיה ס”ב, א’

— איבער אַ יאָר אין ירושלים, האָט שטיל אַ זאָג געטאָן די באָבע מילכּה און מיר אַ קוש געטאָן אין דער פּאַטילניצע.

— וואָס, מיר פֿאָרן איבער? וווּ איז ירושלים? ס’איז ווײַט פֿון דאַנעט?

— זאָל איך אַזױ וויסן פֿון אונדזערע צרות… פּשוט, עס רעדט זיך אַזױ — ירושלים.

— ס’אַ גרױסע שטאָט צי אַזאַ לאָך ווי אונדזער דאָרף?

— כ’ווײס ניט. ירושלים איז אַ מין יום־טובֿ… אָן ירושלים איז ניטאָ קײן ראָש־השנה און עס קומט ניט קײן נײַ יאָר.

די באָבע מילכּה, זאָל זיך מיִען, האָט ניט דערלעבט צו זען ירושלים, נאָר אַ דאַנק איר האָב איך מיט יאָרן שפּעטער אָנגעשריבן װעגן יענע קינדער־טרױמען, װעגן ירושלים:

בײַנאַכט
מײַן עלנטע נשמה
פֿאַרלאָזט דעם גוף
און פֿליט אַװעק צום כּותל־מערבֿי.
דאָרט ליגט זי בײַ די פֿיס בײַם אַלטן נבֿיא
און מיט די ערשטע זונענשטראַלן
גײט זי אױף
צום אױסגעדאַרטן הײסן גוף,
װאָס צוגעבונדן איז צום כּותל־מערבֿי,
װי טאָג און נאַכט באַװײנט דער אַלטער נבֿיא
זײַן מענטשלעכן באַרוף.

דער צװײטער חורבן און דער לאַנגער גלות האָבן אין משך פֿון די לעצטע צװײ טױזנט יאָר גורם געװען אַ גאַנצע צװײַג פֿון פֿילאָסאָפֿיש־רעליגיעזע און הײמיש װאַרעמע געדאַנקען און געפֿילן בײַ עמך און אױך בײַ די גדולי־הדור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.

ארץ־ישׂראל איז באַשטימט געוואָרן פֿון דער השגחה־עליונה פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק. ארץ־ישׂראל און עם־ישׂראל זײַנען אײן זיווג, אײנער אָן דעם אַנדערן קען ניט עקזיסטירן. ווען דאָס ייִדישע פֿאָלק זיצט אױף זײַן אײגענער ערד, דעמאָלט איז „מצא מין את מינו‟, און ערשט דעמאָלט באַקומען בײדע דעם געהעריקן תּיקון. (רבי מאיר־דן פּלאָצקי, זצ”ל)

ר’ הושעיא האָט אַ מאָל געזאָגט: ירושלים איז גרײט צו ווערן אַ לאַמטערן פֿאַר אַלע פֿעלקער פֿון דער וועלט, אַלע פֿעלקער, וועלכע וועלן נאָכגײן נאָך איר ליכטיקײט. (פּסיקתּא)

אין דער גמרא ווערט דערצײלט, אין נאָמען פֿון רבי שמעון בן־גמליאל, אַז אין ארץ־ישׂראל פֿלעגט מען זיך נוהג זײַן, אַז דעם פֿופֿצנטן טאָג אין חודש אָבֿ האָבן אַלע מײדלעך זיך אָנגעטאָן אין ווײַסע קלײדלעך. די אָרעמע מײדלעך האָבן זיך אױסגעבאָרגט קלײדלעך בײַ די רײַכע, און די רײַכע האָבן זיך אױפֿגענײט נײַע. אַלע קלײדלעך האָבן געדאַרפֿט זײַן פֿריש געוואַשן, מע זאָל ניט קענען אונטערשײדן צווישן די געבאָרגטע און די נײַ־געקױפֿטע, און אױף אַזאַ אופֿן האָט מען ניט פֿאַרשעמט די אָרעמע מײדלעך. דעם ט”ו באָבֿ זײַנען די מײדלעך אַרױס אין די ווײַנגערטנער און געשריגן: בחור, שׂא עיניך, בחור, הײב אױף די אױגן און קוק גוט וועמען דו קלײַבסט אױס. לײג ניט קײן אַכט אױף דער אױסערלעכער שײנקײט, ווײַל „שקר החן והבֿל היופֿי‟, חן איז פֿאַלש און פּוסט־מיט־גאָרניט איז די אױסערלעכע שײנקײט. „אשה יראת ה’ היא תּתהלל‟, נאָר אַ גאָטספֿאָרכטיקע פֿרױ איז ווערט געלױבט צו ווערן.

ווען איך האָב שױן יאָ געוווּסט וואָס און וווּ איז ירושלים, האָט מײַן קלוגער פֿעטער, ר’ העניך דער פֿילאָסאָף, מיר דערצײלט אַ מעשׂהלע, װאָס ער האָט מיטגעבראַכט אױף דער פֿרײַהײט פֿונעם װיסטן סטאַליניסטישן לאַגער:

מיט הונדערט יאָר צוריק איז קײן אָדעס געקומען אַ ייִד פֿון ארץ־ישׂראל צו קלײַבן געלט פֿאַר די ירושלימער כּלות יתומות. און אָט כאַפּט ער זיך אַרײַן צו אַ ייִד אַן עושר און יענער האָט זיך אָפּגעזאָגט מנדבֿ זײַן אַפֿילו אײן גראָשן, מיט אַ טענה, — צו וואָס פֿאַר אַ קרענק דאַרף מען באַזעצן די ייִדן אין אַזאַ קלײן לענדל ווי ארץ־ישׂראל? מע דאַרף צולײגן אַלע כּוחות און פֿאָדערן בײַ די גרױסמאַכטן, אַז זײ זאָלן עפֿענען פֿאַר די ייִדן די טױערן פֿון אַ גרױס, אַ ברײט, אַ רחבֿותדיק לאַנד, ווי צום בײַשפּיל — סיביר. דער שליח האָט אױסגעהערט דעם עושרס תּירוץ און געענטפֿערט: אַ דאַנק אײַך פֿאַר דער עצה, ר’ ייִד, און דערלױבט מיר נאָר אָנווינטשן אונדז אַלע, אַז איבער אַ יאָר זאָלן מיר זײַן אין ירושלים, און איר — אין סיביר.

איך װײס ניט צי דאָס איז אַ צופֿעליקײט צי אין דער מעשׂה האָט זיך װידער אַ מאָל אַרײַנגעמישט די השגחה־העליונה, נאָר טאַקע די אײביקע און הײליקע שטאָט ירושלים שטײט די טעג פֿאַר אַ גרױסער סכּנה — מער װי אַלע אַנדערע ישׂראלדיקע שטעט איז זי געשלאָגן געװאָרן פֿון דער קאָראָנע־מגיפֿה. אָבער איך בין זיכער, אַז די מיליאָנען, מיליאַרדן גוטע אױגן פֿון די װױלע מענטשן אױף דער גאָרער װעלט װעלן אָנגעװענדט װערן צו דער שטאָט ירושלים, און מיר אַלע װעלן אױסבעטן אַ רפֿואה־שלימה פֿאַר אַלע קראַנקע, װײַל דער אײבערשטער האָט געהאַט צוגעזאָגט: פֿון וועגן ירושלים וועל איך ניט רוען… ויהי רצון.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.