מיר וואַנדערן שוין ווידער אין מידברWe’re wandering in the desert once again
שׂרה־רחל שעכטער שרײַבט וואָס מע קען זיך אָפּלערנען פֿון די בני־ישׂראלס וואַנדערונגען – בפֿרט אין די מוראדיקע צײַטן פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס.
איינע פֿון די שווערסטע זאַכן בײַ מיר במשך פֿון דער מגפֿה די פֿאַרגאַנגענע צוויי חדשים איז דאָס נישט קענען גיין שבת אין שיל אָדער אויפֿנעמען מײַנע פֿרײַנד און באַקאַנטע אויף אַ היימישן מאָלצײַט נאָכן דאַווענען. נישט נאָר קען איך מער נישט אויסצופּרוּוון נײַע מאכלים און פֿאַרברענגען מיט מײַנע פֿרײַנד און באַקאַנטע פֿון דער שיל; כ’האָב אויך נישט קיין געלעגנהייט אַרומצורעדן די סדרה פֿון דער וואָך און וואָס מיר קענען זיך אָפּלערנען דערפֿון.
פֿון דער אַנדערער זײַט, האָב איך יאָ מער צײַט צו לערנען אַ ביסל ביחידות, בפֿרט איצט ווען איך ראַנגל זיך מיט דער כּמעט סוררעאַליסטישער אומזיכערקייט וואָס מיר אַלע מוזן טאָג־טעגלעך אויסשטיין. ווען איך האָב, למשל, דערהערט די לעצטע סטאַטיסטיק — אַז כּמעט 100,000 אַמעריקאַנער זענען שוין אומגעקומען פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס — האָבן זיך פֿאַר מײַנע אויגן תּיכּף באַוויזן די ווערטער פֿון „ונתנה תּוקף‟: מי יחיה ומי ימות, ווער וועט לעבן און ווער וועט שטאַרבן.
ווען איך וואָלט דעם פֿאַרגאַנגענעם יום־כּיפּור געוווּסט וואָס ס׳וועט אין גיכן געשען, וואָלט איך יענע ווערטער געשעפּשעט מיט מער כּוונה.
הכּלל, די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר אָנגעהויבן לייענען „במדבר‟, וואָס באַשרײַבט די 40־יאָריקע וואַנדערונג וואָס די בני־ישׂראל האָבן דורכגעמאַכט פֿון מצרים קיין כּנען. די אומזיכערקייט און אַנגסטן וואָס זיי האָבן געדאַרפֿט אויסשטיין איז אַ זאַך וואָס איז אונדז הײַנט, בעת דער מגפֿה, גוט באַקאַנט.
לויט גאָטס פּלאַן האָט די נסיעה איבערן מידבר נישט געדאַרפֿט דויערן מער ווי 11 טעג. דער אייבערשטער איז דאָך אַלמעכטיק, האָט ער רויִק געקאָנט פֿאַרזיכערן אַז די בני־ישׂראל זאָלן אָנקומען צום ציל אין אָט דער קורצער צײַט. דאָס וואָס די ייִדן האָט גענומען אַזוי פֿיל יאָרן אָנצוקומען איז, אַ פּנים, אַ סימן אַז גאָט האָט זיי באַשטראָפֿט פֿאַר זייער האָבן ווידערשפּעניקט קעגן אים.
און דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט זיך טאַקע יאָ, און נישט איין מאָל, געבונטעוועט קעגן דעם אייבערשטן. (דער חטא העגל — זייער שאַפֿן און דינען אַ גאָלדן קאַלב — איז געווען בלויז איין בײַשפּיל דערפֿון.) חז״ל האַלט אָבער אַז די גרעסטע עבֿירה פֿון די בני־ישׂראל איז נישט געווען דער חטא־העגל, נאָר דווקא דער חטא המרגלים, דער זינד פֿון די שפּיאָנען. משה רבינו האָט געהאַט געשיקט צוועלעף שבֿט־פֿירער אויסצופֿאָרשן דעם לאַנג כּנען. נאָך דעם ווי די מרגלים האָבן זיך אומגעקערט האָבן אַלע, אַחוץ צוויי, איבערגעגעבן אַ מוראדיק בילד וועגן דער מעכטיקייט פֿון די אײַנוווינער, קומענדיק צום אויספֿיר אַז די בני־ישׂראל וועלן זיי קיין מאָל נישט קענען באַזיגן. „דאָס גאַנצע פֿאָלק וואָס מיר האָבן געזען דרינען זײַנען מענטשן פֿון גרויסן וווּקס… און מיר זײַנען געווען ווי היישעריקן אין אונדזערע אויגן, און אַזוי זײַנען מיר געווען אין זייערע אויגן.‟ (יהואש, שלח 32־33)
דאָס האָט אַוודאי שטאַרק איבערגעשראָקן די ייִדן, האָבן זיי אָנגעהויבן אויסדריקן חרטה פֿאַרן האָבן אַרויס פֿון מצרים. „נאָך וואָס ברענגט אונדז גאָט אין דעם דאָזיקן לאַנד, צו פֿאַלן דורכן שווערד…? לאָמיר מאַכן אַ הויפּטמאַן און זיך אומקערן קיין מצרים.‟
גאָטס ענטפֿער: „ביז וואַנען וועלן זיי ניט גלייבן אין מיר, בײַ אַלדי צייכנס וואָס איך האָב געמאַכט צווישן אים? איך וועל אים שלאָגן מיט פּעסט, און וועל אים אויסראָטן.‟
מאָדנע, וואָס דאָס וואָרט „פּעסט‟ פֿלעג מיר קלינגען אַזוי אַלטפֿרענקיש, ווי פֿון מיטל־אַלטער אַרויס. כ׳האָב תּמיד רחמנות געהאַט אויף די מענטשן פֿון יענער תּקופֿה וואָס האָבן נעבעך נישט געהאַט קיין מאָדערנע רפֿואות זיי צו ראַטעווען. הײַנט דאַכט זיך מיר אָבער אַז אָט דער „פּעסט‟ ווירבלט זיך גלײַך דאָ לעבן מײַן שטוב, ווי דער מורהדיקער נעפּל פֿון מכּת בכורות אין סיסל ב. דעמילס פֿילם, „די צען געבאָט‟.
צום גליק האָט גאָט זיך באַרעכנט. אַנשטאָט צו פֿאַרטיליקן די בני־ישׂראל האָט ער זיי באַשטראָפֿט, זיי זאָלן וואַנדערן אין מידבר פֿערציק יאָר לאַנג, ביז דער גאַנצער דור וואָס איז אַרויס פֿון מצרים וועט שוין האָבן אויסגעשטאָרבן. פֿאַר וואָס? ס׳רובֿ חז״ל זאָגן אַז אויב די בני־ישׂראל האָבן גיכער געוואָלט לעבן אונטער אַ פֿאָלק וואָס האָט זיי פֿאַרשקלאַפֿט אַנשטאָט זיך אויסצולעבן ווי פֿרײַע מענטשן, נישט געקוקט אויף די שוועריקייטן, האָבן זיי, אַ פּנים, געליטן פֿון אַ שקלאַפֿן־מענטאַליטעט און נישט מסוגל געווען אויפֿצובויען אַן אייגן לאַנד.
מע קען עס אָבער אַנדערש אויסטײַטשן. אַלען הירשמאַן, מײַנער אַ פֿרײַנד וואָס גיט יעדע וואָך אַ קורצן שיעור אויף דער פּרשה (איצט — דורך „זום‟), זאָגט אַז די בני־ישׂראל האָבן געדאַרפֿט האָבן גענוג צײַט זיך אָפּצוגעבן אַ חשבון־הנפֿש, אויסצוטרעטן דעם אייגענעם וועג אין די האַרבע, וואַקלדיקע באַדינגונגען פֿונעם מידבר און במילא זיך ווײַטער אַנטוויקלען, סײַ ווי יחידים סײַ ווי אַ פֿאָלק.
מיר וואַנדערן איצט אַליין דורך אַ מידבר פֿון אומזיכערקייט און אומוויסיקייט. נאָך צוויי חדשים פֿון זיך פֿאַרשפּאַרן טאָג און נאַכט אין דער היים האָבן עטלעכע פֿון אונדז שוין אָנגעהויבן אַ ביסל זיך צו באַפֿרײַען פֿונעם האַלטן זיך פֿון דער ווײַטנס: אַ טייל לאָזן איצט אַרײַן אַ ראַמערין אין שטוב ווײַל ס׳איז פּשוט צו שווער אַליין פּטור צו ווערן פֿונעם אָנגעקליבענעם שטויב און שמוץ. אַנדערע, ווי די אין מאַסאַטשוסעטעס, האָבן ווידער אָנגעהויבן גיין צום שערער. כאָטש זיי טוען עס אַלץ טראָגנדיק מאַסקעס און הענטשקעס, ווייסן מיר גוט אַז קיין גאַראַנטיעס זענען נישטאָ.
איר קענט זיך אָבער פֿאָרשטעלן, וואָס וואָלט געשען ווען דער געפֿערלעכער ווירוס פֿאַרכאַפּט די וועלט מיט צען יאָר צוריק? אָן „זום‟, אָן „פֿייסבוק לײַוו‟ און אַנדערע מכשירים פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע וואָלטן מיר נישט געקענט זען די פּנימער פֿון אונדזערע פֿרײַנד און קרובֿים ווען מיר רעדן צו זיי; נישט געקענט זען אונדזערע מיטאַרבעטער אויף אַ זיצונג, אָדער דעם רבֿ און מתפּללים בעת אַ דבֿר־תּורה אָדער בײַם דאַווענען. אונדזערע קינדער וואָלטן נישט געקענט קוקן אויפֿן לערער און די מיט־תּלמידים אויפֿן עקראַן בעת זיי זיצן „אין קלאַס‟. מיר ווייסן איצט ווי וויכטיק עס איז פֿון אַ פּסיכאָלאָגישן קוקווינקל צו קענען זען די פּנימער פֿון אונדזערע באַקאַנטע. דער טעלעפֿאָן וואָלט קיין מאָל נישט געקענט באַפֿרידיקן די באַדערפֿעניש נאָך געזעלשאַפֿט ווי „זום‟ קען עס טאָן.
אָן די ווירטועלע קאָמוניקיר־מיטלען וואָלטן מענטשן וואָס וווינען אָפּגעזונדערט נישט געהאַט קיין אופֿן צו פֿאַרברענגען מיט אַנדערע — אַ זאַך וואָס וואָלט דערפֿירט צו אַ טאָטאַלער איזאָלירטקייט. דאָס וואָלט געווען דער אַכזריותדיקסטער בײַ־עפֿעקט פֿונעם האַלטן זיך פֿון דער ווײַטנס, און וואָלט חלילה אַרײַנגעבראַכט מיליאָנען מענטשן אין אַ געפֿערלעכער דעפּרימירטקייט און ייִאוש. נישט קיין חידוש וואָס פּסיכאָלאָגן און תּפֿיסה־אַקטיוויסטן פֿאַרדאַמען הײַנט דעם איינצל־קאַמער; ס׳איז פּראָסט און פּשוט אַ מין פּײַניקונג.
די מעגלעכקייט צו זען אַנדערע מענטשן — צי בעת אַ שמועס, צוזאַמענאַרבעט, אַ לעקציע אָדער אַ מין פֿאַרווײַלונג — איז אַ געוואַלדיקע מתּנה פֿאַר אונדז בעת דער אמתדיקער דיסטאָפּיע. בײַ יענע לײַט וואָס האָבן דאָס מזל צו זײַן „פֿאַרשפּאַרט‟ מיט די קינדער אָדער עלטערן איז דאָס אַ געלעגנהייט צו פֿאַרשטאַרקן די משפּחה־באַציִונגען אויף אַן אופֿן וואָס וואָלט נישט מעגלעך געווען ווען יעדער איז פֿרײַ צו גיין אויף זײַנע אָדער אירע אייגענע אונטערנעמונגען אָדער פֿאַרברענגען מיט די אייגענע פֿרײַנד.
כ‘האָב שוין געזען ווי בײַ אַ צאָל טאַטעס און מאַמעס האָבן זיך טיפֿער אַנטוויקלט די באַציִונגען מיט זייערע קינדער, בעת זיי העלפֿן זיי צו מיט דער שולאַרבעט; בעת זייערע שפּאַצירן אין דרויסן אָדער זייערע מאָלצײַטן בײַם טיש.
ווי די בני־ישׂראל, וואַנדערן מיר הײַנט אין מידבר אָן אַ קאָמפּאַס. הגם אונדזער טעכנאָלאָגיע האָט נאָך אַלץ נישט באַוויזן צו באַזיגן די איצטיקע מכּה, האָט זי אונדז יאָ געהאָלפֿן בלײַבן נאָענט איינער צום צווייטן — סײַ פֿון אַ ווירטועלן, סײַ פֿון אַן עמאָציאָנעלן, סײַ פֿון אַ גײַסטיקן שטאַנדפּונקט. ביז מיר געפֿינען אַ רפֿואה פֿאַרן קאָראָנאַווירוס איז דאָס אונדזער גרעסטער נס.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO