Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער „רויטער קרייץ“ העלפֿט נאָך מענטשן זיך דערוויסן וואָס איז געשען מיט זייערע קרובֿים בשעתן חורבןRed Cross still helping people learn about the fate of loved ones during the Holocaust

אַ דאַנק דער אַרבעט פֿון דער אָרגאַניזאַציעס לאָס־אַנדזשעלעסער צווײַג האָט אַ פֿרוי זיך לעצטנס דערוווּסט וועגן דעם גורל פֿון איר טאַטן.

שוין 14 יאָר אַרבעט איך פֿרײַוויליק פֿאַר אַן אויסערגעוויינטלעכער פּראָגראַם אָנגעפֿירט פֿונעם „רויטן קרייץ“: איך העלף ייִדן וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן צו געפֿינען זייערע קרובֿים. די פּראָגראַם איז אַ טייל פֿון דער אָפּטיילונג Restoring Family Links (דאָס ווידער אָנקניפּן די משפּחה־פֿאַרבינדונגען). די באַדינונג פֿירט צונויף מענטשן פֿון אַלע פֿעלקער, וואָס זענען צעשיידט געוואָרן צוליב מלחמות אָדער נאַטירלעכע קאַטאַסטראָפֿעס.

זינט 1939 האָט דער „רויטער קרייץ“ שוין געהאָלפֿן טויזנטער מענטשן זיך צו דערוויסן וואָס איז געשען מיט זייערע קרובֿים אין די געטאָס, לאַגערן, און בשעת די עוואַקואַציעס פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אַ דאַנק די דאָקומענטן וואָס מיר העלפֿן זיי צו געפֿינען, קענען זיי אַרײַנשיקן אַן אַפּליקאַציע נאָך פֿאַרגיטיקונג־געלטער. געוויינטלעך, פֿאַרנעמט זיך Restoring Family Links בלויז מיטן פֿאַראייניקן מענטשן מיט זייערע פֿאַרלוירענע קרובֿים, אָבער וואָס שייך דער שארית־הפּליטה, העלפֿן מיר אויך געפֿינען זייערע פֿרײַנד וואָס זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן צוליב דעם חורבן. 

אַפֿילו ווען אונדזערע קליענטן דערוויסן זיך, סוף־כּל־סוף, אַז זייערע קרובֿים אָדער פֿרײַנד זענען אומגעבראַכט געוואָרן אָדער געשטאָרבן פֿון אַ קראַנקייט בשעת דער מלחמה, וועלן זיי אונדז אָפֿט באַדאַנקען פֿאַרן העלפֿן זיי אויסגעפֿינען וואָס איז מיט זיי געשען. דאָס באַשטעטיקן דעם גורל פֿון אַ קרובֿ ברענגט אַליין אַ נחמה.

אונדזער אַרבעט גייט אָן ווײַטער, אַפֿילו בשעת דער קאָראָנאַ־ווירוס־מגפֿה. 

איין מענטש וואָס מיר האָבן לעצטנס געהאָלפֿן איז סוזען גאַטי. נאָכן דערוויסן זיך וועגן אונדזער פּראָגראַם אין 2016, האָט זי זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט אונדז און אונדז דערציילט איר געשיכטע. אין 1943, ווען זי איז געווען פֿיר יאָר אַלט, האָט איר טאַטע, אימרע טענדער, פֿאַרלאָזט די דירה אין בודאַפּעשט, ווײַל  די דײַטשן האָבן אים געצוווּנגען גיין אויף צוואַנגאַרבעט. זי האָט אים שוין קיינמאָל מער ניט געזען. ביזן סוף פֿון דער מלחמה האָט זי זיך אויסבאַהאַלטן בײַ דער מומען מיט איר משפּחה. דערווײַל האָט איר אייגענע מאַמע, אַנטאָניע, זיך אויסבאַהאַלטן אויף אַן אַנדער אָרט.

נאָך דער באַפֿרײַונג האָט סוזען זיך פֿאַראייניקט מיט דער מאַמען. זי האָט געוווּסט, אַז איר טאַטע איז פֿאַרשיקט געוואָרן אינעם „באָר“־אַרבעטסלאַגער אין יוגאָסלאַוויע. נאָך דער מלחמה האָט אַ חבֿר געזאָגט איר און איר מאַמען, אַז דעם טאַטן האָט מען אַריבערגעפֿירט קיין דײַטשלאַנד, וווּ ער איז, אַ פּנים, אומגעבראַכט געוואָרן.

סוזען געדענקט מער ניט דעם טאַטן. זי קען אים בלויז פֿון עטלעכע פֿאָטאָגראַפֿיעס און אַ פּאָר זאַכן, וואָס די מאַמע און אירע שוועסטערקינדער האָבן איר געהאַט דערציילט. ער האָט איר שטאַרק אויסגעפֿעלט. אַחוץ דעם וואָס מע האָט וועגן אים געזאָגט אַז ער איז געווען  „אַ גוטער מענטש, וואָס האָט געאַרבעט שווער“, האָט זי ווייניק וואָס געהערט. 

Susan Gati

סוזען גאַטי מיט איר טאַטן אימרע טענדער Image by Courtesy of Susan Gati

לאַנגע יאָרן האָט סוזען געטראַכט וועגן דעם טאַטן. אין אויגוסט 2016, דרײַצן יאָר נאָך דעם וואָס די מאַמע איז אַוועק, איז סוזען געגאַנגען אויף אַ מיטאָג בײַ אַ „קאַפֿע־אייראָפּע“, אַ פּראָגראַם פֿאַר ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. יענעם טאָג בין איך אַליין דאָרט געווען און גערעדט פֿאַרן עולם וועגן דער פּראָגראַם בײַם  רויטן קרייץ, וואָס העלפֿט דער שארית־הפּליטה געפֿינען קרובֿים פֿאַרלוירענע אינעם חורבן. סוזען האָט אויסגעשטעלט אַ בויגן וועגן דעם טאַטן און אונדזער מיטאַרבעטערין אַליסאָן בערגלאַס האָט זיך אונטערגענומען אויסצוגעפֿינען דעם גורל פֿון סוזענס טאַטן. עס האָט געדויערט זעקס חדשים, ביז מע האָט אַנטדעקט די פּרטים.

איך און אַליסאָן האָבן זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט סוזען, און זי האָט זיך געטראָפֿן מיט אונדז אין אונדזער ביוראָ. מיר האָבן איר איבערגעגעבן, אַז דער טאַטע איז דעם 9טן נאָוועמבער 1944 פֿאַרשיקט געוואָרן פֿונעם „באָר“־אַרבעטסלאַגער קיין פֿלאָסענבורג, אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער אין צפֿון־מיזרח בײַערן, אין דײַטשלאַנד. פֿון דאָרטן, האָט מען אים פֿאַרשיקט אין הערשברוק, אַ סאַטעליט־לאַגער פֿון פֿלאָסענבורג, וווּ ער איז געשטאָרבן דעם 4טן יאַנואַר 1945. 

”ס׳איז אַזוי טרויעריק“, האָט סוזען געזאָגט בײַם איבערקוקן די דאָקומענטן. „ס׳איז שוין געווען אַזוי נאָענט צו דער באַפֿרײַונג.“

במשך פֿון די יאָרן, האָט דער לאָס־אַנדזשעלעסער ביוראָ פֿונעם רויטן קרייץ געלאָזט דעם ברייטן עולם וויסן וועגן אונדזער פּראָגראַם. מיר האָבן באַזוכט שילן, אָרגאַניזאַציעס וואָס אַרבעטן לטובֿת די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, און חורבן־מוזייען. דער עיקר האָבן מיר דאָס געפּרוּווט פֿאַרשפּרייטן צווישן דער שארית־הפּליטה און זייערע קינדער.

מיר האָבן אויך אַ רשימה אָרגאַניזאַציעס, וואָס מאַכן חורבן־פֿאָרשונגען פֿאַר מענטשן וואָס האָבן ניט אַליין איבערגעלעבט דעם חורבן, אָבער זענען קינדער אָדער אייניקלעך פֿון דער שארית־הפּליטה, און ווילן זיך אַליין אויסגעפֿינען  דעם גורל פֿון זייערע קרובֿים.

כּדי זיך צו דערוויסן מער וועגן דער אַרבעט פֿון די חורבן־פֿאָרשער בײַם רויטן קרייץ, שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט מיר, באָב ריטש: 7808־605־818 אָדער [email protected]. מע קען זיך אויך פֿאַרבינדן מיט דער פּראָגראַם Restoring Family Links דורכן אָנקלינגען 5176־477־310. 

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.