Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי כ׳האָב געראַטעוועט אַ מיט־סטודענטקע פֿון פֿאַרלירן איר דיפּלאָםHow I saved a fellow student from losing her diploma

בעת סטאַלינס הערשאַפֿט, האָט מען צוליב בלויז איין „פֿאַלשער‟ באַמערקונג געקענט גוט באַשטראָפֿט ווערן.

אַ מאָל אין לעבן מאַכט זיך אַזױנס, אַז די מענטשלעכע פֿאַנטאַזיע איז ניט מסוגל אַהין צו צו דערקריכן.

אין 2007 האָב איך מיט מײַן פֿרוי באַזוכט װילנע, פֿון װאַנעט מיר האָבן געהאַט עולה געװען אין 1990. אַנומלט, שפּאַצירנדיק דורך אַ װילנער גאַס, זײַנען מיר פֿאַרבײַגעגאַנגען דרײַ פֿרױען, װעלכע האָבן פֿאַרקױפֿט בלומען. מיט אַ מאָל האָט אײנע פֿון זײ זיך צעשריִען: „יאַנקיװסקיס מיקאָלאַס!‟ (אַזױ פֿלעגן די ליטװינער מיך אָנרופֿן). איך האָב זיך אומגעדרײט און באַמערקט אַ גרױע, שלאַנקע פֿרױ, און גענומען זי באַקוקן.

„זײַט מוחל, אײַער פּנים איז מיר באַקאַנט, אפֿשר האָבן מיר פֿריִער צוזאַמען געאַרבעט?‟ האָב איך זיך צו איר געװענדט.

„נײן, איך האָב מיט דיר שטודירט אױפֿן עקאָנאָמישן פֿאַקולטעט פֿון װילנער אוניװערסיטעט!‟

איצט האָב איך שױן אַרױסגעשריִען: „זאַלבײַטע!‟

אױף דעם רופֿט זי זיך אָפּ. „צי געדענקסטו װי דו האָסט מיך אַרױסגעראַטעװעט אױפֿן אַרױסלאָז־עקזאַמען?‟ פֿאַרשטײט זיך, אָפּגעטאָן אַזאַ מין קונצשטיק, אָנגעבלאָפֿט דעם עקזאַמענאַטאָר, װי קען מען דאָס פֿאַרגעסן? מײַן פֿרױ, צוזעענדיק צו דער סצענע, איז אין גאַנצן געװאָרן „צעשפּוזשעט‟. דערצײל איך, װאָס עס האָט אױפֿגעטױכט אין מײַן זכּרון.

אין 1953, בעתן אַרױסלאָז־עקזאַמען צו באַקומען דעם דיפּלאָם, איז די סאַמע קאָמפּליצירטע טעמע געװען „געשיכטע פֿון עקאָנאָמישע טעאָריעס‟. די לימודים אױפֿן פֿאַקולטעט האָט מען געפֿירט אױף ליטװיש. משמעות האָט מען ניט געהאַט קײן צוטרױ צו דעם ליטװישן פּראָפֿעסאָר און מיט אַ יאָר פֿריִער האָט מען פֿאַר דער טעמע צוגעשיקט פֿון רוסלאַנד אַ דאָצענט, װעלכער האָט גערעדט נאָר רוסיש. דאָס האָט גורם געװען גרױסע שװעריקײטן פֿאַר 45 סטודענטן־ליטװינער. אױפֿן דערמאָנטן עקזאַמען האָט דער דאָצענט מיטגענומען אַן אַספּיראַנטקע װי אַן איבערזעצערין. מיר, דרײַ ייִדן און אַ היגער רוס, אַ סטודענט, האָבן געענטפֿערט אױף רוסיש, די אַלע איבעריקע אױף ליטװיש.

דאָ פּאַסירט אַזאַ מעשׂה. נאָך מײַן פֿאַרענדיקן איז די רײ אױסגעפֿאַלן דער סטודענטקע זאַלבײַטע צו ענטפֿערן. אין דעם מאָמענט רופֿט מען פּלוצעם אַרױס די אַספּיראַנטקע אין דעקאַנאַט, איז שוין ניט געווען ווער עס זאָל איבערזעצן אויף רוסיש. בעט דער דאָצענט בײַ זאַלבײַטע, אַז זי זאָל װי ניט איז ענטפֿערן אױף רוסיש, אָבער זי טענהט, אַז זי פֿאַרשטײט קױם די שפּראַך. דאַן מיט אַן אומעטיקער מינע בעט ער מיך, אַז איך זאָל זײַן דער איבערזעצער. זאַלבײַטע ציט אַרױס דעם טעסט־בילעט, „די דײַטשישע היסטאָרישע עקאָנאָמיסטן־שול פֿון 19טן יאָרהונדערט‟. דאָ איז זי אַרױס מיט אַ פּיזמון, אַז די שיטה האָט זיך אױסגעצײכנט מיט דעם, װאָס זי האָט געהאַט אַ װיסנשאַפֿטלעך־היסטאָרישן צוגאַנג צו עקאָנאָמישע פּראָצעסן. איך מוז דערבײַ באַמערקן, אַז צו דער דעפֿיניציע „װיסנשאַפֿטלעך־היסטאָרישער צוגאַנג‟ האָט אין סטאַלינס מענטשן־פֿרעסערישער צײַט נאָר זוכה געװען מאַרקס, ענגעלס, לענין און דער „פֿאָטער פֿון אַלע פֿעלקער‟ — סטאַלין, פֿאַרשטייט זיך. אַלע אַנדערע טעאָריעס זײַנען געװען טרײף־פּסול און טיטולירט װי רעאַקציאָנערע, אַנטי־פֿאָלקישע אאַז”װ. איז מיר פֿון איר ענטפֿער געװאָרן פֿינצטער פֿאַר די אױגן. װאָס טוט מען? אױב איך זעץ עס איבער װאָרט בײַ װאָרט, װעט זי דעם דיפּלאָם שױן ניט באַקומען. פֿאַר מײַן רעאַקציע האָב איך געהאַט קנאַפּע סעקונדעס, באַשליס איך, כ’װעל האַנדלען פּונקט, װי מיר װאָלט אױסגעקומען אַרױסצוציִען דעם טעסט־בילעט.

האָב איך װי אַ ייִד אָנגעהױבן פֿאָכען מיט די הענט און גערעדט הױכטאָניק: „יענע טעאָריע פֿון 19טן יאָרהונדערט איז געװען אַ פּסעוודאָ־וויסנשאַפֿטלעכע‟, און כ׳האָב באַשפּיגן זי פֿון אַלע זײַטן. ערשט דאַן איז די סטודענטקע געקומען צום שׂכל, אַז זי איז פֿאַרפֿאָרן אין האָצעפּלאָץ און אױסגעדרײט דעם דישעל… בקיצור, זי האָט באַקומען פֿינף מאַקסימאַלע צײכנס. פֿאַרשטײט זיך, אַז די אָפּנאַרערײַ האָבן מיר געהאַלטן בסוד.

בײַם געזעגענען זיך האָט מײַן געװעזענע קורס־חבֿרטע צוגעטראָגן מײַן פֿרױ אַ בלומען־בוקעט, זאָגדנדיק: „דאָס איז פֿאַר דעם, װאָס אײַער מאַן האָט מיר אַרױסגעהאָלפֿן מיט 54 יאָר צוריק!‟

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.