פֿון אַ חסידישן שטעטל ביז נאַציסטישע קאַצעט־לאַגערןFrom Hasidic shtetl to Nazi camp
די אױטאָביאָגראַפֿיע פֿונעם ייִדישן שרײַבער ירחמיאל בריקס, לעצטנס אַרויס אויף ענגליש, איז אַ ליטעראַרישער דענקמאָל צום אַמאָליקן פּױלישן ייִדנטום.
ירחמיאל בריקס (1912 – 1974) האָט געװידמעט זײַן ליטעראַרישע טעטיקײט אײן טעמע, דעם חורבן װאָס ער האָט איבערגעלעבט אין לאָדזשער געטאָ און אין דײַטשישע אַרבעט־לאַגערן. אַ נײַע ענגלישע אױסגאַבע נעמט אַרײַן דרײַ װערק זײַנע, װאָס זײַנען אָנגעשריבן אינעם אױטאָביאָגראַפֿישן סטיל. דער ערשטער טײל, „די, װאָס זײַנען נישט געבליבן‟, דערצײלט די געשיכטע פֿונעם מחברס משפּחה; דער צװײטער טײל, „די אַנטלױפֿערס‟, איז אַ קראָניקע פֿון זײַן פּײַנלעכער דערפֿאַרונג בעתן ערשטן יאָר פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿון פּױלן, און דער דריטער טײל, „פֿון גסיסה צום לעבן‟, קומט פֿאָר אינעם לעצטן יאָר פֿון דער מלחמה, װען בריקס איז פֿאַרשקלאַפֿט געװאָרן אין די דײַטשישע פֿאַבריקן װי אַ קאַצעטניק. צװישן דעם צװײטן און דעם דריטן טײל ליגן בערך פֿיר יאָר, װאָס ער האָט פֿאַרבראַכט אינעם לאָדזשער געטאָ. װעגן דעם דערצײלט בריקס אין זײַנע אַנדערע װערק, װאָס זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן אין אַ בעלעטריסטישן סטיל. אײניקע פֿון זײ, למשל, „אַ קאַץ אין געטאָ‟ זײַנען שױן פֿריִער אַרױס אױף ענגליש.
בריקס האָט אָנגעהױבן שרײַבן װי אַ יונגערמאַן ערבֿ דעם חורבן. דאָס ערשטע בוך זײַנס, „יונג גרין מײַ‟ איז אַרױס אין 1939. ער איז געװען זײער שטאָלץ מיט זײַן ליטעראַרישן אָנהײב. סוף 1939, נאָך אײדער די דײַטשן האָבן אַרײַנגעטריבן די פּױלישע ייִדן אין די געטאָס, איז בריקס אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ תּפֿיסה־לאַגער לעבן קראָקע. דעמאָלט האָבן זײַנע קראָקעװער קרובֿים נאָך געקענט אױספּועלן בײַ די דײַטשן, אַז מען זאָל אים באַפֿרײַען. בריקס האָט אױסגענוצט די דאָזיקע געלעגנהײט צו באַזוכן דעם באַרימטן קראָקעװער פֿאָלקסדיכטער מרדכי געבירטיק. יענער האָט אים באַגריסט װי אַ חשובֿן ייִנגערן קאָלעגע: „מיר האָבן זיך דאָך צוזאַמען געדרוקט אין ‘אינדזל’, בײַ זישע באַגישן…‟ געבירטיק האָט פֿאַר אים געלײענט זײַן ליד „אונדזער שטעטל ברענט‟, און בריקס האָט פֿאַרגעדענקט יענעם אײגנאַרטיקן נוסח פֿון געבירטיקס באַרימטן ליד. ער שרײַבט: „געבירטיק האָט נאָך אין יאָר 1938 דאָס אַלץ פֿאָרױסגעזען און פֿאָרױסגעזונגען‟. דערנאָך גיט ער צו: „איך האָב אָבער נישט געקענט מסכּים זײַן מיט געבירטיקס פּעסימיזם. איך בין געװען אַן אָפּטימיסט, אין 1940, װי אַלע שפּעטערדיקע יאָרן פֿון דעם צװײטן װעלטקריג.‟ װי אַן אָפּרוף אױף געבירטיקס ליד האָט בריקס אָנגעשריבן אַן אײגן ליד, „ניט פֿאַרצװײפֿלען‟, װאָס איז באַקאַנט געװאָרן אינעם לאָדזשער געטאָ. ער איז אַװעק פֿון געבירטיקס שטוב מיט אַ זיסן חלום: „װען די מלחמה װעט זיך ענדיקן, װעל איך פֿאָרן קײן קראָקע צו זײ, אפֿשר װעט די ייִנגסטע טאָכטער װערן מײַן באַשערטע.‟ דער חלום איז קײן מאָל ניט מקוים געװאָרן, װײַל די גאַנצע משפּחה געבירטיק איז אומגעקומען אינעם חורבן.
מיט צענדליקער יאָרן שפּעטער, װען בריקס האָט געשריבן זײַנע זכרונות, איז ער געװען בכּוח איבערצוגעבן די צעמישטקײט פֿון זײַנע געפֿילן און געדאַנקען אין די ערשטע טעג און חדשים נאָך דעם אױסבראָך פֿון דער מלחמה. דײַטשלאַנד האָט באַפֿאַלן פּױלן פֿרײַטיק, דעם ערשטן סעפּטעמבער 1939. בריקס שילדערט זײער לעבעדיק יענעם ערבֿ־שבת, װען מען האָט נאָך ניט געװאָלט גלױבן אינעם קומעדיקן חורבן. װי אַ סך מענטשן, האָט ער אַ פּרוּװ געטאָן צו אַנטלױפֿן קײן װאַרשע, אָבער די דײַטשישע אַרמײ האָט די פּליטים נאָכגעיאָגט, און ער האָט באַשלאָסן זיך אומצוקערן קײן לאָדזש. אױפֿן װעג איז ער פֿאַרכאַפּט געװאָרן דורך די דײַטשן, װאָס האָבן געטריבן גרופּעס ייִדן, פּאָליאַקן און אוקראַיִנער פֿון אײן תּפֿיסה־לאַגער אינעם אַנדערן. אױפֿן װעג האָט בריקס על־פּי צופֿאַל אױסגעמיטן אַ דײַטשישן טאַנק, װאָס װאָלט אים זיכער צעקװעטשט. ער האָט דערקענט דערין אַ גוטן סימן: „װען איך פֿאָלג נישט מײַן אינטויִציע, נאָר דעם שׂכל, װאָלט שױן פֿון מיר אַצינד געװען קרעפּל־פֿלײש. אין דעם האָב איך געזען אַ צײכן, אַז איך װעל איבערלעבן די מלחמה‟. און ער האָט זיך מתחייבֿ געװען צו װערן אַן עדות: „איך האָב מיך באַמיט יעדע געשעעניש גענױ צו זען און גוט אײַנקריצן אין זכּרון, כּדי איך זאָל נאָך דער מלחמה קאָנען דערצײלן מיט מײַן פּען. איך האָב אױסגעפֿירט אָט־דעם שליחות.‟
פֿון די דרײַ טײלן פֿון בריקסעס טרילאָגיע איז דװקא דער צװײטער דער סאַמע לעבעדיקער און געשפּאַנטער. דער ערשטער טײל איז אָנגעשריבן אין אַן עלעגיש־נאָסטאַלגישן סטיל, װאָס דערמאָנט זיך אָן שלום אַשעס מעשׂיות „אַ שטעטל‟ און „ר׳ שלמה נגיד‟. די צענטראַלע פֿיגור דאָ איז בריקסעס עלטער־פֿעטער, ר’ מענדל פֿעלדמאַן, „אײנער פֿון די שענסטע, בכּבֿודיקסטע און רײַכסטע ייִדן אין פּױלן. ער איז געװען אַ תּלמיד־חכם און אױך געלערנט אין װעלטלעכקײט, א הדרת־פּנים, אַ לאַנגע, ברײטע, שײנע באָרד, אַ הױכער שטערן, שװאַרצע לױכטנדיקע אױגן, פֿון װעלכע עס האָט זיך אױסגעשטראַלט חכמה‟. די שילדערונגען פֿונעם חסידישן משפּחה־שטײגער אינעם שטעטל סקאַרזשיסק אינעם אַמאָליקן קאָנגרעס־פּױלן זײַנען מלא־חן, אַ רײַכער היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישער מאַטעריאַל. דער מחבר האָט אַ סך אָפּשײַ פֿאַר זײַנע רײַכע און פֿרומע עלטערע קרובֿים, כאָטש אַלײן האָט ער געהערט צו גאָר אַן אַנדערן סאָציאַלן שטאַנד. ער איז געװען אַן אָרעמער אַרבעטער מיט סאָציאַליסטישע סימפּאַטיעס, אַ ליבהאָבער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור און גאַנץ װײַט פֿון דער חסידישער פֿרומקײט.
דער איבערזעצער ירמיהו אַהרן טאַוב האָט געשאַפֿן אַן ענגלישן נוסח װאָס לײענט זיך פֿליסיק, און דערבײַ האָט דער איבערזעצער אָפּגעהיט סטיליסטישע ניואַנסן פֿון בריקס אײגנאַרטיקער ייִדישער פּראָזע. זײער ניצלעך איז דער גלאָסאַר מיט די נעמען פֿון פּערזענלעכקײטן, װאָס װערן דערמאָנט אינעם טעקסט. און װי אַ צוגאָב באַקומט דער לײענער אַ װאַרעמען פּריװאַטן פּאָרטרעט פֿון ירחמיאל בריקס, אָנגעשריבן דורך זײַן טאָכטער ביילע בריקס־קלײן. אַלץ אין אײנעם איז דאָס אַן אָנשטענדיקער דענקמאָל דעם מערקװירדיקן מענטש און דעם װיכטיקן ייִדישן שרײַבער ירחמיאל בריקס, װאָס פֿאַרקערפּערט דעם אומגעקומענעם פּױלישן ייִדנטום.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO