טשיקאַוועסן: אַקטיאָר דזשעסי אײַזנבערג זאָגט ער וועט אַוועקגעבן אַ נירTidbits: Actor Jesse Eisenberg says he’ll donate a kidney
מיט צען יאָר צוריק האָט ער שוין געקלערט דאָס צו טאָן.

Photo by Michael Stewart/Getty Images
Tidbits is a Forverts feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both! If you read the article and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief. Listen to the report here:
דזשעסי אײַזנבערג, דער אַקטיאָר וואָס האָט געשפּילט דעם פֿייסבוק־גרינדער מאַרק צוקערבערג אינעם פֿילם The Social Network, האָט געמאָלדן אַז אין דעצעמבער וועט ער אַוועקגעבן איינעם פֿון זײַנע נירן.
דער 42־יאָריקער אַקטיאָר וועט מאַכן אַן אַזוי־גערופֿענעם אַלטרויִסטישן נירן־געשאַנק. דאָס הייסט, דער מענטש וואָס וועט קריגן דעם ניר איז נישט קיין פֿרײַנד אָדער קרובֿ. בעת אַ שמועס אויף דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם Today האָט אײַזנבערג געזאָגט אַז ער איז אינספּירירט געוואָרן דאָס צו טאָן דורך דעם וואָס ער גיט אָפֿט בלוט.
„איך ווייס נישט פֿאַר וואָס,“ האָט ער געזאָגט. „כ׳בין אַ פּנים אָנגעשטעקט געוואָרן מיטן ׳ווירוס׳ פֿון וועלן געבן בלוט. איך בין זייער באַגײַסטערט דערפֿון.“
לויט דעם אַמעריקאַנער דעפּאַרטעמענט פֿון געזונט און מענטשן־באַדינונגען, האָבן מער ווי 89,000 מענטשן אין לאַנד געדאַרפֿט מע זאָל בײַ זיי איבערפֿלאַנצן אַ ניר אין סעפּטעמבער 2024. אין 2023 האָט מען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איבערגעפֿלאַנצט נירן בערך 27,000 מאָל.
אײַזנבערג האָט געזאָגט אַז ער האָט נאָך מיט 10 יאָר צוריק געקלערט וועגן אַוועקגעבן אַ ניר אָבער ווען ער האָט זיך נאָכגעפֿרעגט בײַ אַ געוויסער אָרגאַניזאַציע וועגן דער פּראָצעדור האָט ער נישט באַקומען קיין ענטפֿער.
לעצטנס האָט אַ פֿרײַנד זײַנער, אַ דאָקטער, אים געעצהט זיך נאָכפֿרעגן בײַ „ען־ווײַ־יו לאַנגאָן“ אין ניו־יאָרק.
„דעם צווייטן טאָג בין איך שוין געווען אין שפּיטאָל,“ האָט ער געזאָגט. „דורכגעמאַכט פֿאַרשידענע טעסטן צו קאָנטראָלירן אַז איך בין אַ פּאַסיקער קאַנדידאַט, און מע האָט שוין באַשטימט אַ צײַט אויף דער פּראָצעדור אין מיטן דעצעמבער.“
כּדי צו לייענען דעם אַרטיקל אויף ענגליש גיט אַ קוועטש דאָ.
In order to read this article in English, click here.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
