ווידעאָ: ווי צו רעדן ייִדיש מיטן ריכטיקן „ניגון‟WATCH: How to speak Yiddish with the correct “melody”
דאָס לערנען זיך די אינטאָנאַציע איז פּונקט אַזוי וויכטיק ווי דאָס קענען דעם ווערטער־אוצר און די גראַמאַטיק.
אין יאָר 1995 האָב איך געשריבן מײַן ערשטן אַרטיקל אויף העברעיִש, וווּ כ’האָב פֿאַרגלײַכט די אינטאָנאַציע פֿון מאָדערנעם העברעיִש (אָדער בעסער געזאָגט: ישׂראליש), מיט דרײַ אַנדערע שפּראַכן אין וועלכע כ’האָב זיך געהאַט אויסגעלעבט: ייִדיש, שפּאִניש און ענגליש. אין יענע יאָרן האָט מיך בעיקר באַשעפֿטיקט דער פֿאַרגלײַך צווישן העברעיִש און ייִדיש.
מיט די יאָרן האָב איך אויך געשריבן וועגן דער ייִדישער אינטאָנאַציע גופֿא, סײַ ווי אַן אַרטיקל אויף ייִדיש בײַם פֿאָרווערטס סײַ ווי אַ לעקציע אויף ענגליש בעת דער טשערנעוויצער קאָנפֿערענץ געווידמעט 110 יאָר פֿון דער באַרימטער ייִדיש־קאָנפֿערענץ. אויך אין יאָר 2019 האָב איך געהאַט אַ שיינע דערפֿאַרונג ווען כ’האָב פֿאָרגעשטעלט די אָ טעמע אין די ראַמען פֿונעם „ייִדיש־מאַראַטאָן‟ אָרגאַניזירט דורכן פּאַריזער ייִדיש־צענטער.
איצט האָב איך צונויפֿגעשטעלט אַ סעריע פֿון 12 קורצע לעקציעס צו ווײַזן ייִדיש־סטודענטן און ייִדיש־רעדער בכלל ווי אַזוי צו פֿאַרבעסערן דעם „ניגון‟ — דאָס הייסט, די אינטאָנאַציע — פֿון זייער (און אונדזער) שפּראַך.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor