הרבֿ עדין שטיינזאַלץ, וואָס האָט געמאַכט גמרא מער צוטריטלעך, איז ניפֿטר געוואָרןRabbi Adin Steinsaltz, who made Talmud more accessible, has died
זײַן מאָנומענטאַלע איבערזעצונג האָט דערמעגלעכט אַ סך מענטשן אָן שום ישיבֿה־דערציִונג צו לערנען גמרא.
הרבֿ עדין שטיינזאַלץ, דער גרויסער תּלמיד־חכם וואָס זײַן איבערזעצונג פֿון דער גמרא פֿון אַראַמיש אויף מאָדערנעם העברעיִש האָט דערמעגלעכט אַ סך מער מענטשן צו לערנען תּורה, איז געשטאָרבן ערבֿ־שבת, דעם 7טן אויגוסט, אין ירושלים. ער איז געווען 83 יאָר אַלט.
אַ נײַע ענגלישע איבערזעצונג פֿון דער שטײנזאַץ־אויפֿלאַגע, ווי אויך אַן אומזיסטע דיגיטאַלישע ווערסיע פֿון דער איבערזעצונג אויף דער וועבזײַט Sefaria, האָט נאָך מער פֿאַרגרעסערט די צאָל מענטשן וואָס הרבֿ שטיינזאַלץ האָט דערגרייכט.
הרבֿ שטיינזאַלצעס מאָנומענטאַלע איבערזעצונג פֿון 63 בענד פֿונעם תּלמוד בבֿלי האָט דערמעגלעכט מענטשן וואָס האָבן זיך קיין מאָל נישט געלערנט אין קיין ישיבֿה, בעסער צו פֿאַרשטיין סײַ די וויכּוחים צווישן פֿאַרצײַטיקע רבנים סײַ די כּלערליי פֿאָלקס־מעשׂיות וואָס געפֿינען זיך אין די זײַטן פֿון דער גמרא.
„דער תּלמוד האָט נישט געזאָלט זײַן אַן עליטיסטיש ווערק,‟ האָט דערקלערט אַרטור קורצווײַל, דער מחבר פֿון צוויי ביכער וועגן הרבֿ שטיינזאַלץ. „חז״ל האָט געוואָלט אַז אַלע ייִדן זאָלן געניסן דערפֿון. דערפֿאַר האָט הרבֿ שטיינזאַלץ געאַרבעט אויף דער איבערזעצונג 45 יאָר לאַנג.‟
דער אָנגעזעענער רבֿ האָט אויך געשריבן 60 ספֿרים אויף כּלערליי טעמעס אין שײַכות מיט דער ייִדישער עטיק, טעאָלאָגיע, תּפֿילה און מיסטיציזם. ער האָט אויך געהאָלפֿן אויפֿשטעלן לערן־אַנשטאַלטן אין ישׂראל און אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
הרבֿ עדין שטיינזאַלץ איז געבוירן געוואָרן אין ירושלים אין 1937 בײַ סעקולערע טאַטע־מאַמע. כאָטש דער טאַטע האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַ וועלטלעכן סאָציאַליסט האָט ער דערזען אַז זײַן זון איז פֿאַרכאַפּט מיט דער תּורה, האָט ער אים געשיקט אין אַ ישיבֿה צו 10 יאָר. דאָס גאונות פֿונעם בחור איז געוואָרן גוט באַקאַנט אין ישׂראל און צו 23 יאָר איז ער געוואָרן דער ייִנגסטער מנהל פֿון אַ ישיבֿה.
הרבֿ שטיינזאַלץ האָט אָנגעהויבן איבערזעצן די גמרא אין 1965 און ווען ער האָט עס פֿאַרענדיקט האָט מען אָרגאַניזירט אַ ריזיקן סיום אין 48 לענדער, וואָס מע האָט אָנגערופֿן „אַן אַל־וועלטלעכער טאָג פֿון לערנען תּורה‟. די אונטערנעמונג האָט אַזוי אויסגענומען בײַם ברייטן עולם אַז ס׳איז געוואָרן אַ יערלעכע געשעעניש.
נישט געקוקט אויף זײַנע גרויסע אינטעלעקטועלע אויפֿטוען האָט שטיינזאַלץ אויך געהאַט אַ חוש פֿאַר הומאָר. קורצווײַל האָט דערציילט אַז בעת דער רבֿ האָט איין מאָל געגעבן אַ שיעור אין אַ ישיבֿה אין לאָנג־אײַלאַנד, ניו־יאָרק, האָט ער מיט אַ שמייכל געמוטיקט די תּלמידים צו מוטשען זייערע לערערס און האָט זיי אַפֿילו פֿאָרגעלייגט אַ געוויסן ספֿר וווּ מע קען געפֿינען קשיות וואָס זענען אַזוי שווער אַז אַפֿילו זייערע רביס וועלן נישט וויסן דעם ענטפֿער.
אין 2016 האָט הרבֿ שטיינזאַלץ געליטן פֿון אַ מוח־אַטאַק. נאָך דעם האָט ער שוין מער נישט געקענט רעדן.
„דאָס לערנען תּורה איז אַ זאַך וואָס ייִדן האָבן אַליין געשאַפֿן און אין דער זעלבער צײַט העלפֿט עס אַנטוויקלען נײַע ייִדן,‟ האָט ער געזאָגט אין 2010. „ווען מע לערנט תּורה לערנט מען זיך עפּעס וועגן זיך אַליין; הייסט עס, אַז דאָס לערנען איין בלאַט גמרא איז גלײַך ווי צוויי־דרײַ סעסיעס בײַ אַ פּסיכאָאַנאַליטיקער. דערפֿאַר זענען מענטשן אַזוי פֿאַראינטערעסירט אין דעם. דאָס לערנען תּורה איז ממש אַ שפּיגל אין אונדזער נשמה.‟
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO