רבי נחמנס בונטע ירושהRabbi Nachman’s colorful legacy
להיפּוך צום פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ, זענען די אומאַן־נסיעות נישט פֿאַרבונדן מיט קיין קולט.
הײַיאָר, צום ערשטן מאָל נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָבן זיך די בראַצלעווער חסידים, וואָס פֿאָרן יעדעס יאָר קיין אומאַן צו פּראַווען ראָש־השנה, אָנגעשטויסן אויף ערנסטע שוועריקייטן. דעם 28סטן אויגוסט האָט די אוקראַיִנישע רעגירונג אײַנגעפֿירט נײַע קאַראַנטין־מיטלען קעגן דער מגפֿה פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס און פֿאַרמאַכט אויף אַ חודש די גרענעצן פֿאַר אַלע אויסלענדער, אַחוץ די נעענטסטע קרובֿים פֿון אוקראַיִנישע בירגער, סטודענטן, אָנערקענטע פּליטים, דיפּלאָמאַטן און אַ צאָל אַנדערע ספּעציפֿישע אויסנאַמען.
פֿון דעסט וועגן, האָט זיך אַ ממשותדיקן עולם אײַנגעגעבן אָנצוקומען אין דער שטאָט. טויזנטער עולי־רגל — ישׂראלים, אַמעריקאַנער און ענגלענדער — זענען אָבער געבליבן שטעקן אין ווײַסרוסלאַנד, ווי אויך אין דער גרענעץ־זאָנע צווישן ווײַסרוסלאַנד און אוקראַיִנע. אַ צאָל חסידים האָבן געפּרוּווט איבערצוגנבֿענען די גרענעץ. צוליב דער אויסעראָרדנטלעכער סיטואַציע, האָט מען אין גאַנצן פֿאַרשפּאַרט אַ צאָל וויכטיקע גרענעץ־פּונקטן. די סיטואַציע האָט אַרויסגערופֿן אַ פּאָליטישן קריזיס און שוין גורם געווען ביידע לענדער אַן עקאָנאָנישן היזק. די פּרטימדיקע סטאַטיסטיק פֿון דער מעשׂה וועלן מיר וויסן, מסתּמא, אין אַ פּאָר וואָכן אַרום.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן אַ וויכטיקן מאָמענט, וואָס ווערט זעלטן דערמאָנט אין די נײַעס. ווײַט נישט אַלע אומאַן־רײַזער זענען בראַצלעווער אָדער וועלכע־ניט־איז חסידים. פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע און ענגלאַנד קומען יעדעס יאָר טויזנטער סאַטמאַרער — דער עיקר, פֿון באָראָ־פּאַרק און וויליאַמסבורג, מאָנסי, קרית־יואל, מאָנטרעאָל, ווי אויך פֿונעם לאָנדאָנער קוואַרטאַל סטאַמפֿאָרד־היל. פֿון דער צווייטער זײַט, באַווײַזן זיך אין דער שטאָט אַ סך וועלטלעכע ישׂראלים און האַלב־פֿרומע ספֿרדים, וואָס באַטראַכטן די נסיעה ווי אַ מין וואַקאַציע. ס׳איז שוין לאַנג געוואָרן נאָרמאַל, מישטיינס געזאָגט, צו זען אין אומאַן גאַנצע אויטאָבוסן זונות פֿון קיִעוו און אָדעס; מאַריכואַנע, האַשיש און אַנדערע מינים „חומר‟ ווערן פֿאַרקויפֿט לכּבֿוד יום־טובֿ קילאָגראַמענווײַז, ברענגענדיק די נאַרקאָטיק־הענדלער אַ נישקשהדיקן רווח. וואָס שייך דעם פֿרומען עולם, טרעפֿן זיך אין אומאַן גאַסן־קריגערײַען צווישן די רעכטע ציוניסטן פֿון די ייִשובֿים און די נטורי־קרתּאניקעס; ביידע גרופּעס זענען גאַנץ בולט רעפּרעזענטירט און דאַוונען, געוויינטלעך, אין באַזונדערע מנינים.
רבי נחמנס חסידים אַליין זענען זייער דעצענטראַליזירט; געוויסע קאָנקורירנדיקע גרופּעס אָנערקענען נישט איינע די צווייטע, וואַרפֿן אַרויס און אַפֿילו פֿאַרברענען די ליטעראַטור פֿון אַנדערע פֿראַקציעס. באַזונדערס האַלטן זיך די אַזוי־גערופֿענע „נ־נחניקעס‟ (נאַ־נאַכניקעס), וואָס זענען אין אַ גרויסער מאָס ענלעך צו Jewish Renewal. הגם זיי באַטראַכטן זיך ווי עכטע חסידים, זענען זיי נישט אַלעמאָל פֿרום אינעם אָרטאָדאָקסישן זין. איך בין אַ טוץ מאָל געווען אין אומאַן — צוויי מאָל אויף ראָש־השנה.
איך אַליין האַלט, אַז דאָס בראַצלעווער חסידות — אָדער ברעסלאָווער, ווי די חסידים רופֿן עס הײַנט, הגם דאָס שטעטל, וווּ רבי נחמן האָט געוווינט, הייסט אויף ייִדיש בראַצלעוו אָדער בראָצלעוו — איז איינע פֿון די בעסטע און טיפֿסטע פֿילאָסאָפֿיש־טעאָלאָגישע שיטות אין דער געשיכטע פֿון ייִדישקייט. צום באַדויערן, האַלטן אַ טייל ייִדן און נישט־ייִדן, אַז די דאָזיקע גרופּע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ קולט. דאָס איז זיכער נישט אמת; אַפֿילו אַ קאָנקרעט־באַשטימטע גרופּע איז עס נישט. אַ טיפּישער קולט ווערט קאָנטראָלירט און אָרגאַניזירט דורך אַ כאַריזמאַטישן פֿירער צי עטלעכע פֿירער. להיפּוך, קומט קיין אומאַן יעדעס יאָר אַ כאַאָטישער מישמאַש פֿון מענטשן.
אַ פּאָר בראַצלעווער גרופּעס האָבן טאַקע אַ קולטישן טעם ווי, צום בײַשפּיל, די נאָכפֿאָלגער פֿון הרבֿ אליעזר בערלאַנד, וועלכער איז אָפּגעזעסן עטלעכע חדשים אין תּפֿיסה פֿאַר סעקסועלע באַלעסטיקונגען. אַ טייל אַנדערע חסידים אָדער נעאָ־חסידים פֿירן זיך כּמעט אַנאַרכיסטיש און ווילן קיינעם בשום־אופֿן נישט פֿאָלגן. ווי באַלד די עולי־רגל האָבן נישט קיין צענטראַליזירטן קאָנטראָל אָדער אַן אַלגעמיינע אידעאָלאָגיע, קאָן זיי קיינער נישט אָנזאָגן וואָס צו טאָן.
כּדי אויסצומײַדן דעם חילול־השם און סקאַנדאַלן אַרום די חסידים, מוז די וועלט פֿאַרשטיין, אַז קיין פֿירער קאָן מען דאָ נישט באַשולדיקן. אויב איין גרופּע עולי־רגל פֿאָלגט עמעצנס פּסק, וועט אַ צווייטע טאָן דווקא פֿאַרקערט. אין דער אמתן, גלייב איך, אַז דאָס איז דווקא אַ מעלה פֿון רבי נחמנס חסידות: נישט געקוקט אויף אָט די סקאַנדאַליעזע און קאָנטראָווערסאַלע טיפּן, זעען מיר בפֿירוש, ווי לעבעדיקע פֿאָרמען פֿון ייִדישקייט אַנטוויקלען זיך גאַנץ אַקטיוו אָן קיין צוואַנג און פֿאָרמעלער פֿירערשאַפֿט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO