ווידעאָ: אַלטע ייִדן אַמפּערן זיך וועגן יענער וועלטWATCH: Old Jews argue about the World to Come
שיין בייקער רעציטירט אפֿרים קאַגאַנאָווסקיס ליטעראַרישן פּאָרטרעט פֿון וואַרשעווער זקנים, וואָס לעבן נאָך אַלץ אין דער פֿאַרגאַנגענהייט.

Image by Getty Images
ניט בלויז הײַנט באַדויערן די ייִדישע קולטור־טוער, וואָס דער עלטערער דור גייט אַוועק און מיט אים פֿאַרלירט מען אַ וועלט פֿון קולטור, וויסן און געשיכטע.
דער ייִדישער קולטור־אַקטיוויסט שיין בייקער האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ וואָס ווײַזט, אַז נאָך אין די 1930ער יאָרן האָבן די ייִדישע שרײַבער אין פּוילן מורא געהאַט, אַז די ייִדישע טראַדיציעס וועלן פֿאַרלוירן ווערן אין אַ תּקופֿה פֿון מאָדערניזאַציע.
אינעם ווידעאָ לייענט בייקער פֿאָר די דערציילונג „אַלטע ייִדן“, וווּ אפֿרים קאַגאַנאָווסקי באַשרײַבט ווי אַ גרופּע זקנים אין פּאַרק אַמפּערן זיך וועגן די חסרונות פֿון דער מאָדערנער וועלט, און דערציילן זייערע זכרונות פֿון אַ תּקופֿה, וואָס איז געווען זייער אַנדערש — אָן עראָפּלאַנען, אָן עקאָנאָמישע קריזיסן. די ייִדן קריגן זיך מיט אַן אַפּיקורוס, וואָס זיצט צוזאַמען מיט זיי. כאָטש זיי זענען ברוגז מיט דער טענה פֿונעם אַפּיקורס, אַז ס׳איז ניטאָ קיין “יענע וועלט”, איז קלאָר פֿונעם קאָנטעקסט, אַז ער איז בײַ זיי שוין אַן אייגענער, אַ מין frenemy, (אַ חבֿר וואָס איז אַמאָל אויך אַ שׂונא).
בייקער האָט געשאַפֿן דעם ווידעאָ אין אָנדענק פֿון דער ייִדישער קולטור־טוערין חיהלע פּאַלעווסקי וואָס איז לעצטנס אַוועק, און אַלע ייִדן פֿון איר דור, וועמען מע פֿלעג אַ מאָל טרעפֿן אויף שריט און טריט אין פֿאַרשידענע ניו־יאָרקער פּאַרקן.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
