ייִדישע ווערטער פֿון דער וואָך אין גײַסט פֿון רות ביידער־גינזבערג ז״לYiddish words of the week related to Ruth Bader Ginsburg z״l
דערוויסט זיך ווי אַזוי צו רעדן אויף ייִדיש וועגן די וויכטיקע אויפֿטוען פֿון דער גרויסער אַמעריקאַנער ריכטערין.

Image by Getty Images
די פּטירה פֿון רות ביידער גינזבערג, די ריכטערין אויפֿן העכסטן אַמעריקאַנער געריכט, וואָס איז געווען אַ פּיאָנערין אינעם קאַמף פֿאַר די גלײַכע רעכט פֿון פֿרויען, האָט אַרויסגערופֿן אַ טיפֿן טרויער בײַ די אַמעריקאַנער בכלל, און די אַמעריקאַנער ייִדישע פֿרויען בפֿרט, און דערבײַ אויך געמאַכט נאָך מער קאָמפּליצירט די שטורעמישע אַמעריקאַנער וואַל־קאַמפּאַניעס פֿאַר פּרעזידענט.
איידער זי איז געוואָרן אַ באַליבטע פּערזענלעכקייט אין דער פּאָפּולערער אַמעריקאַנער קולטור, באַקאַנט ווי „נאָטאָרישע ר־בי־דזשי“, איז זי קודם געווען אַ לעגאַלער זשעני, וואָס האָט פֿינף מאָל געוווּנען וויכטיקע פּראָצעסן בײַם העכסטן געריכט, ווײַזנדיק אַז פֿרויען האָבן גלײַכע רעכט לויטן פֿערצעטן אַמענדמענט פֿון דער קאָנסטיטוציע צוליבן פּונקט וועגן גלײַכן שיץ.
ביידער־גינזבערג וועט די וואָך זײַן די ערשטע פֿרוי (און דער ערשטער ייִד בכלל), וואָס איר קערפּער וועט ליגן אויסגעשטעלט פֿאַר אַלעמען אינעם קאַפּיטאָל־בנין. אַזאַ אָנערקענונג ווײַזט בולט אָן, אַז זי האָט איבערגעלאָזט אַ ירושה וואָס וועט לאַנג דויערן.
זאָל די ערד איר גרינג זײַן.
די אויבן דערמאָנטע טערמינען זענען טייל פֿון אַ רשימה ווערטער און אויסדרוקן אַרויסגעלאָזט די וואָך פֿון דער ייִדיש־ליגע. כּדי צו לייענען די גאַנצע רשימה, גיט אַ קוועטש דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

