Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

לייענט שלום עליכמס „שוין איין מאָל אַ סוכּה!“ (מיט אוידיאָ)Read Sholem Aleichem’s story, “What a Sukkah!” (includes audio)

דערוויסט זיך וואָס געשעט ווען דער שלימזלדיקער העלד, משה, בויט אַ סוכּה פֿאַר די שכנים.

מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.

פֿאַראַן מענטשן, װאָס האָבן קײן זאַך נישט געלערנט און קאָנען אַלצדינג; אין ערגעץ נישט געװעזענע און װײסן אַלצדינג; אױף קײן זאַך נישט באַטראַכט זיך און פֿאַרשטײען אַלצדינג.

אָט אַזאַ מענטש איז געװען בײַ אונדז אין כּתרילעװקע און גערופֿן האָט מען אים: „אײן מאָל משה‟.

דערפֿאַר האָט מען אים גערופֿן „אײן מאָל משה‟, װײַל אױף יעדער זאַך, װאָס ער האָט געזען, געהערט אָדער געמאַכט, האָט ער ליב געהאַט צו זאָגן: „שױן אײן מאָל אַזױ‟.

„מען האָט געטראָגן אַן אינדיק אױף פּסח — שױן אײן מאָל אַן אינדיק!‟

„מאָרגן װעט זײַן אַ פֿראָסט אין דרױסן — שױן אײן מאָל אַ פֿראָסט!‟

„אױ, ייִדן, בין איך אַן אָרעמאַן — שױן אײן מאָל אַן אָרעמאַן!‟

און אַזױ אַלצדינג.

נישט געװען אײן זאַך אױף דער װעלט, װאָס „אײן מאָל משה‟ זאָל דאָס ניט קאָנען מאַכן: אַ שטוב איז אַ שטוב, אַ זײגער איז אַ זײגער, אַ מאַשינע איז אַ מאַשינע, אַ לעמפּל, אַ דרײדל, אַ קראַן, אַ שפּיגל, אַן עמער, אַ שטײַג — און װאָס נישט?

אמת, קײנער האָט נישט געקאָנט אָנװײַזן אױף די הײַזער, די זײגערס מיט די מאַשינעס, װאָס זײַנען אַרױס פֿון זײַנע הענט, נאָר אַלע זײַנען געװען איבערצײַגט, אַז משה קאָן. אַז מען האָט משהן ניט צעריסן אױף שטיקלעך, איז ער געװען אײנער אַ גליקלעכער! האָט זיך איבערגעדרײט אַ שלאָס — צו װעמען איז מען געגאַנגען? — צו משהן.

האָט זיך געשטעלט אַ זײגער — צו משהן. פֿאַרשטאָפּט דער קראַן פֿונעם סאַמאָװאַר און עס קאָן זיך נישט צאַפּן — װידער אַ מאָל „אײן מאָל משה‟.

אמת, דעם איבערגעדרײטן שלאָס האָט מען טאַקע נאָך דעם פֿאַרװאָרפֿן אַן איבערגעדרײטן ערגעץ אױף אַ שאַפֿע; דעם זײגער האָט מען געמוזט אָפּגעבן צום זײגערמאַכער און דעם סאַמאָװאַר צום קעסלער; נאָר „אײן מאָל משה‟ איז געבליבן דער זעלבער „אײן מאָל משה‟ װאָס פֿריִער.

מיט דעם דאָזיקן „אײן מאָל משה‟ זײַנען מיר געװאָרן גאַנץ נאָענטע שכנים אין אײן דירה אונטער אײן דאַך.

„איך בעט דיך, זאָלסט מיר געזונט זײַן, װאָס װעלן מיר טאָן מיט אַ סוכּה?‟ אַזױ רופֿט זיך אָן די מאַמע צום טאַטן אין אײנעם פֿון די עשׂרת־ימי־תּשובֿה.

„דו קערסט אַװדאי װעלן זאָגן: װאָס װעלן מיר טאָן אָן אַ סוכּה?‟ אַזױ ענטפֿערט איר דער טאַטע. און פּלוצלינג, װי ער װאָלט זיך ערשט דערמאָנט, שרײַט ער אױס לעבעדיק:

„שאַ, מיר האָבן דאָך עפּעס אַ שכן משה, ׳שױן אײן מאָל משה׳.‟

„װוּ רעכנט איר, ר’ משה, צו שטעלן די סוכּה?‟, פֿרעגט דער טאַטע בײַ „אײן מאָל משהן‟. און „אײן מאָל משה‟, פֿאַרריסן דאָס היטל און פֿאַרטראַכט, װי אַ גרױסער אַרכיטעקטאָר װאָס באַקלערט זײער אַ גרױסן פּלאַן, װײַזט מיט בײדע הענט פֿון דאַנען אַהער און פֿון דאָרטן אַהין און װיל געבן צו פֿאַרשטײן, אַז װען די דירה שטײט נישט אין דרױסן און האָט אַ הױף, פֿאַרשפּאָרט מען דעמאָלט צװײ װענט, און די סוכּה װערט בײַ אים פֿאַרטיק אין אײן טאָג. װאָס זאָג איך אײַך אין אײן טאָג? אין אײן שעה! נאָר אַזױ װי די דירה האָט נישט קײן הױף און מען דאַרף האָבן פֿיר װענט, װעט דאָס בײַ אים אַ ביסל געדױערן; נאָר דערפֿאַר װעט דאָס זײַן אַ סוכּה — שױן אײן מאָל אַ סוכּה! דער עיקר, עס זאָל נאָר זײַן מאַטעריאַל.

„מאַטעריאַל װעט זײַן, האָט איר זשע אינסטרומענטן?‟ פֿרעגט אים דער בעל־הבית פֿון הױז, הערשקע מאַמציס.

„אינסטרומענטן װעלן זיך געפֿינען, האָט איר זשע געהילץ?‟ פֿרעגט אים משה.

„געהילץ איז פֿאַראַן, האָט איר זשע טשװעקעס?‟ פֿרעגט אים הערשקע.

„טשװעקעס קאָן מען קריגן, האָט איר זשע סכך?‟ פֿרעגט אים משה, און בײדע צעלאַכן זיך.

נאָר אַז הערשקע מאַמציס, דער בעל־הבית פֿון הױז, האָט געבראַכט צו שלעפּן די ערשטע עטלעכע ברעטלעך מיט די ערשטע פּאָר קלעצלעך, האָט שױן „אײן מאָל משה‟ געזאָגט, אַז עס װעט זײַן שױן אײן מאָל אַ סוכּה. און איך בין געװען זײער נײַגעריק צו װיסן, װי אַזױ װעט ער דאָס מאַכן פֿון די דאָזיקע עטלעכע ברעטלעך מיט די פּאָר קלעצלעך אַ סוכּה? איך האָב מיר אױסגעבעטן בײַ דער מאַמען, זי זאָל מיך לאָזן זײַן דערבײַ בשעת משה װעט מאַכן די סוכּה. און בײַ משהן אַלײן האָב איך דאָס באַלד געפּועלט; נישט נאָר ער האָט מיר דערלױבט צו זײַן דערבײַ, אַדרבא — ער האָט מיר געזאָגט, איך זאָל אים זײַן אַ „פּאָמאָטש‟, דאָס הײסט, איך זאָל אים העלפֿן דערלאַנגען און צוהאַלטן, װאָס ער װעט מיר הײסן.

ס’פֿאַרשטײט זיך, אַז איך בין פֿון אַזאַ מעשׂה געװען אױפֿן זיבעטן הימל. אַ קלײניקײט — איך װעל העלפֿן בױען אַ סוכּה! און געהאָלפֿן האָב איך זײער אַ סך: געהאָלפֿן מאַכן מיט די ליפּן, בשעת משה האָט געקלאַפּט מיטן האַמער; געהאָלפֿן גײן אין שטוב אַרײַן גלײַך מימ אים עסן; געהאָלפֿן שרײַען אױף די איבעריקע קינדער, זײ זאָלן אונדז נישט שטערן די אַרבעט, און געהאָלפֿן אונטערטראָגן אים אַלע מאָל דעם האַמער, בשעת ער האָט באַדאַרפֿט דעם גראָבאײַזן, און דערלאַנגען אים די אָפּצװענגע, בשעת ער האָט באַדאַרפֿט האָבן אַ טשװאָק. אַן אַנדערער אױף זײַן אָרט װאָלט פֿאַר אַזאַ מין העלפֿן מיט אַזאַ מין „אונטערטראָגן‟ געװאָרפֿן אין קאָפּ אַרײַן דעם האַמער. אָדער די אָפּצװענגע; נאָר „אײן מאָל משה‟ איז געװען אַ מענטש אָן אַ גאַל. אים האָט קײנער נישט געהאַט די זכיה צו זען, ער זאָל זײַן אין כּעס.

און מחמת איך בין געװען זײער פֿאַרטיפֿט אין דער אַרבעט, האָב איך גאָרניט באַמערקט, װי אַזױ און פֿון װאָסערע נסים ס’איז בײַ אונדז פֿאַרטיק געװאָרן די סוכּה.

„קום, װעסטו זען די סוכּה, װאָס מיר האָבן אױסגעבױט!‟ — אַזױ זאָג איך דעם טאַטן און שלעפּ אים אַרױס פֿאַר דער פּאָלע אין דרױסן אַרױס. און דער טאַטע קװעלט אָן פֿון אונדזער אַרבעט, קוקט אױף משהן מיט אַ שמײכל און זאָגט צו אים, באַװײַזנדיק אױף מיר:

„האָט איר כאָטש געהאַט פֿון אים, ר’ משה, אַ שטיקל הילף?‟

„שױן אײן מאָל אַ הילף!‟ זאָגט משה און קוקט אױפֿן דאַך פֿון דער סוכּה מיט יסורים.

„אונדזער הערשקע זאָל שױן ברענגען צו טראָגן דעם סכך, װאָלט שױן געװען אײן מאָל אַ סוכּה!‟

ערבֿ־סוכּות האָט הערשקע מאַמציס געבראַכט צו פֿירן אַ װאָגן מיט דינע, דינע שטעקעלעך, אַ מין קאַמיש, װאָס װאַקסט בײַ אונדז אױף יענער זײַט טײַך אין געמױזעכץ, און מיר האָבן זיך גענומען דעקן די סוכּה, דאָס הײסט, דעקן האָט געדעקט משה אַלײן, און איך האָב געהאָלפֿן צעטרײַבן די ציגן, װאָס האָבן זיך צוגעכאַפּט צום דאָזיקן סכך, װי צו עפּעס רעכטס. איך װײס נישט, װאָס פֿאַר אַ טעם האָבן זײ געפֿונען אין די דאָזיקע ביטערע גרינע שטעקעלעך.

װען דער גאַנצער סכך איז שױן געלעגן אױף דער סוכּה, האָבן מיר זיך גענומען אױספּוצן די סוכּה פֿון אינעװײניק. קודם־כּל, האָבן מיר אױסגעשאָטן די ערד מיט געלן זאַמד. נאָך דעם האָבן מיר אַרומגעהאַנגען די װענט מיט אַלערלײ קאָלדרעס; און דאָרט װוּ עס האָט ניט געכאַפּט קײן קאָלדרעס, איז געהאַנגען אַ שאַל, און אַז עס האָט ניט געכאַפּט קײן שאַלן, איז געהאַנגען אַ טישטעך אָדער אַ לײַלעך. און ערשט נאָך דעם האָבן מיר אַרױסגעטראָגן די טישן מיט די בענקלעך, די לײַכטער מיט די בענטשליכט, דאָס געפֿעס מיט די מעסערס מיט די גאָפּלען מיט די לעפֿל, און די בעל־הביתטעס זײַנען געגאַנגען בענטשן ליכט אין סוכּה.

די מאַמע האָט פֿאַרשטעלט די אױגן מיט בײדע הענט און געבענטשט ליכט. דער טאַטע האָט אָנגעטאָן זײַן שבתדיקע זײַדענע קאַפּאָטע און געזאָגט צו מיר:

„קום, לאָמיר גײן, שױן צײַט גײן אין שיל אַרײַן דאַװנען.‟

נאָכן דאַװנען זײַנען מיר געקומען צוריק אין סוכּה אַרײַן מיט אַ שײנעם ברײטן „גוט־יום־טובֿ!‟ און דער טאַטע האָט זיך געשטעלט מאַכן קידוש. נאָכן טאַטן מאַכט קידוש „שױן אײן מאָל משה‟ און נאָך אים דער בעל־הבית אַלײן — הערשקע מאַמציס. און מיר גײען זיך װאַשן און מאַכן המוציא. און אַלע דרײַ בעל־הביתטעס ברענגען צו טראָגן די גוטע, װאַרעמע, פֿרישע, געפֿעפֿערטע מחיה־שמעקנדיקע פֿיש — און איטלעכער זעצט זיך מיט זײַן געזינדל בײַ זײַן טיש. אַ סך קױלעטשן, אַ סך הענט טונקען װײכן קױלעטש אין הײסער פֿיש־יױך. אַ סך מײַלער עסן. און אַ װינטל בלאָזט אַרײַן אין סוכּה דורך די דינע שװאַכע װענטלעך און דורכן שיטערן סכך. און די ליכטלעך שמעלצן זיך און אַלע עסן, עסן געשמאַק די יום־טובֿדיקע סעודה — און עס שטעלט זיך מיר פֿאָר, אַז ס’איז נישט קײן סוכּה, נאָר אַ פּאַלאַץ, אַ גרױסער, אַ ליכטיקער פּאַלאַץ… פּלוצעם — טררראַך! דער גאַנצער דאַך מיטן סכך אױף אונדזערע קעפּ! און נאָכן דאַך אײן װאַנט. און די אַנדערע װענט בײגן זיך, פֿאַלן כּורעים, און עפּעס אַ ציג פֿליט פֿון אױבן אַראָפּ גלײַך אױף אונדז! און מיט אַ מאָל װערט פֿינצטער; און מיר אַלע, מיט די קױלעטשן, מיטן געפֿעס, מיט דער ציג ליגן אין זאַמד. און די לבֿנה שײַנט, און די שטערן קוקן; און די ציג כאַפּט זיך אױף מיט שרעק אױף די דינע פֿיסלעך, בלײַבט שטײן אַ װײַלע און קוקט זיך אַרום מיט נאַרישע אױגן. באַלד כאַפּט זי די פֿיס אױף די פּלײצעס און מאַרש, װי אַן עזות־פּנים איבער די טישן און איבער בענק און איבער קעפּ מיט אַ געשרײ: מע־ע־ע־ע! די ליכט אַלע אױסגעלאָשן, דאָס געפֿעס צעבראָכן, די קױלעטשן אין זאַמד. מיר אַלע איבערגעשראָקענע אױף טױט, די װײַבער קװיטשען, די קלײנע קינדער װײנען — אַ חורבן! אַן אמתער חורבן!‟

„אַ שײנע סוכּה האָט איר אױפֿגעשטעלט!‟ זאָגט צו אונדז נאָך דעם דער בעל־הבית הערשקע מאַמציס מיט אַזאַ טאָן, גלײַך װי מיר װאָלטן בײַ אים גענומען פֿאַר דער סוכּה מי יודע װיפֿל — „אַז אײן ציג האָט זי געקאָנט אַנידערלײגן. אַ שײנע סוכּה!‟

„שױן אײן מאָל אַ סוכּה!‟ — זאָגט „שױן אײן מאָל משה‟, שטײט װי אַן אָפּגעפּאַטשטער און באַטראַכט מיט קאָפּ פֿון װאַנען אײנגנטלעך האָט זיך גענומען דער דאָזיקער חורבן — שױן אײן מאָל אַ סוכּה!

„יאָ, שױן אײן מאָל אַ סוכּה!‟, קרימט איבער דער בעל־הבית, און אַלע העלפֿן אים אונטער אין אײן קול: „שױן אײן מאָל אַ סוכּה!‟

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.