אהבֿת־חינם (דרײַ לידער)Unconditional love (three poems)
אין אַ ווײַטן קאַנט אַ גרינעם, אויפֿן זאַמד און אויפֿן ים, טוט זיך וואָרצלען אַהבֿת־חינם פֿון אַ לייב און פֿון אַ לאַם.

Graphic by Angelie Zaslavsky
אהבֿת־חינם
ס’איז דער הימל פֿול מיט דיכטונג,
מיט חלומות און מיט שײַן.
פֿליִען זיי אין יעדער ריכטונג,
מערסטנס – אין דער וועלט אַרײַן.
בײַ דער שטורעמדיקער בירע,
אויפֿן הייסן ירדן־ברעג
טוט זיך נעסטן הויכע שירה
וועגן ליבע אָן אַ צוועק.
אין אַ ווײַטן קאַנט אַ גרינעם
אויפֿן זאַמד און אויפֿן ים
טוט זיך וואָרצלען אַהבֿת־חינם
פֿון אַ לייב און פֿון אַ לאַם.
דורך די צײַטן און די רוימען
צו אַן אין־סוף פֿון אַ סוף
פֿליִען אומבאַצוימטע טרוימען
סתּם בעלמא על־פּי־רובֿ.
נאָענט זײַנען אַלע ווײַטן
דער בטחון גיט אַ קראַפֿט.
קוקט זיך אום אין אַלע זײַטן
סײַ פאַרחידושט סײַ פֿאַרגאַפֿט.
זײַט זיך קיינמאָל ניט מייאש.
ס’האָט דער בורא „ויהי אור‟
אונדז געזאָגט. איז ברומט ניט חיייִש.
זײַנען מיר בני־אָדם גאָר.
קוקט וואָס עפֿטער אין די הייכן
פֿילט דעם עונג פֿונעם זײַן
מירן יעדן צוועק דערגייכן
פּשוט אין דער וועלט אַרײַן.
—
סוף אלול
צווישן גלאַטע פּראָסטע ברואים
איז פֿאַראַן אַ פּאָר עילוים,
וואָס אין זיי ווערט שטיל מקוים
גאָטס געבאָט
משׂיג זײַן דעם טעם פֿון לעבן,
תּמיד מיט בטחון שטרעבן
איטלעכן בסתר געבן
קראַפֿט פֿון גאָט.
און אַצינד, ווען שופֿרות בלאָזן,
טוט מען תּשובֿה בחיפּזון
צו פֿאַרשטילן דעם ירגזון
פֿונעם האַר,
אלא אָט דאָס פּאָר עילוים
שטופּט כּסדר צו שינויים
דורך אומענדלעכע גילויים
האַרט בײַם שׁער.
—
אַ וויזיע ערבֿ סוכּות
און איך וועל ווערן זיכער אַ פֿאַרשטיקטער קלאַנג.
עס וועלן מיך פֿאַרגעסן אייניקלעך מסתּמא,
הגם כאָטש עמעצן אין אַלוועלטן געראַמע
וועט טוען צוליב דעם אַ ביסל באַנג.
דער קלאַנג איז אייגנטלעך דאָס שאַפֿנדיקע וואָרט,
וואָס האָט געבאָרן שײַן און פֿינצטערניש באַזונדער.
דערפֿאַר עס וועט געשען אַמאָל אַ גרויסער וווּנדער,
און אויב ניט דאָ, איז בלי־ספֿק ערגעץ דאָרט.
און ס’וועלן אייניקלעך דערמאָנען, ווער איך בין,
און וואָס איך בין געווען, וועט זיי אינטערעסירן,
און יענץ, וואָס מ’פֿלעגט כּסדר יאַקאָס איגנאָרירן,
דערווערבן וועט פֿאַר זיי אַ ווערט און אויך אַ זין.
ס’איז אַלץ כּשורה אין מײַן קיומל דערווײַל.
כ’בין גרייט אַרויסרופֿן: „פֿאַרווײַל דאָך, אויגנבליקע!‟
כ’פּלאַניר פֿאַרפֿאַסן ביכער אומגעלומפּערט דיקע,
וואָס זאָלן ווערן פֿאַר דעם זײַן אַן עכטער זײַל.
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
— Alyssa Katz, editor-in-chief
