ווידעאָ: די „קלעזמאַטיקס“ זינגען דאָס פּאָפּולערע ליד, „קינדער, מיר האָבן שׂימחת־תּורה“WATCH: The Klezmatics perform the popular song, “Children, it’s Simchas Torah!’’
אַז מע הערט דעם לוסטיקן נוסח פֿון מאַרק וואַרשאַווסקיס ליד, גלוסט זיך צו גיין טאַנצן.

Graphic by Angelie Zaslavsky
להיפּוך צו פּורים, דעם צווייטן יום־טובֿ ווען ס׳איז אַ מיצווה צו טרינקען משקה, זענען ניטאָ קיין סך ייִדישע לידער וועגן שׂימחת־תּורה.
דאָס באַקאַנטסטע ליד וועגן דעם יום־טובֿ איז, אַזוי ווי אַ סך ייִדישע לידער, לכתּחילה אָנגעשריבן געוואָרן דורך אַ פּאָעט און דאָס פֿאָלק האָט שפּעטער צוגעגעבן נײַע סטראָפֿעס. דאָ גייט די רייד וועגן מאַרק וואַרשאַווסקיס „קינדער, מיר האָבן שׂימחת־תּורה“. אין מיזרח־אייראָפּע איז דאָס ליד געווען פּאָפּולער סײַ אין די וועלטלעכע ייִדישע שולן, סײַ בײַם פֿרומען עולם. אַפֿילו הײַנט הערט מען אַמאָל די מוזיק פֿונעם רעפֿרען אַרײַנגעוועבט אין נײַערע קאָמפּאָזיציעס וואָס קומען אַרויס אין די חסידישע קרײַזן.
מײַן באַליבטסטער נוסח פֿונעם ליד, און די ווערסיע וואָס איז מסתּמא צום מערסטן באַקאַנט די פֿאָרווערטס־לייענער, איז די רעקאָרדירונג פֿון די „קלעזמאַטיקס“. לכתּחילה אַרויס אין 1994 ווי אַ טייל פֿונעם אַלבאָם Jews with Horns „ייִדן מיט הערנער“, זינגט עס די קאַפּעליע אויף אַזאַ אופֿן וואָס אַז מע הערט זי, גלוסט זיך צום טאַנצן.
איין טשיקאַווער פּרט פֿונעם ליד, איז דאָס וואָס די ערשטע סטראָפֿעס און רעפֿרען זענען געצילעוועט אויף קינדער, בשעת די שפּעטערע שורות רעדן מערסטנס וועגן טרינקען משקה. הייסט עס, אַז ס׳איז אַ ליד פֿאַר “קינדער” פֿון יעדן עלטער!
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
