פֿאָרלייענער געזוכט פֿאַר ייִדישער איבערזעצונג פֿון סינקלער לויִסעס „דאָ קען עס נישט געשען“Readers sought for Yiddish translation of Sinclair Lewis’ “It Can’t Happen Here’’
די פֿאָלקסבינע אָרגאַניזירט אַן אָנלײַן־פֿאָרלייענונג, וואָס וועט פֿאָרקומען גלײַך פֿאַר די אַמעריקאַנער וואַלן.

Image by Library of Congress
די פֿאָלקסבינע זוכט מענטשן וואָס קענען פֿאָרלייענען אויף ייִדיש כּדי אָנטייל צו נעמען אין אַן אָנלײַן־פֿאָרשטעלונג פֿון סינקלער לויִסעס „דאָ קען עס נישט געשען“ אויף מאַמע־לשון.
מע זוכט נישט לאוו־דווקא קיין אַקטיאָרן, בלויז מענטשן וואָס קענען גוט פֿאָרלייענען ייִדישע רעפּליקן. מע וועט אויסטיילן די ייִדישע סצענאַרן צו אַלע פֿאַראינטערעסירטע פֿאָרלייענער, סײַ אויף ענגליש סײַ אויף ייִדיש געשריבן מיט לאַטײַנישע אותיות. די פֿאָרלייענונג וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 1טן נאָוועמבער, 2:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט.
כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע, שרײַבט מאָטל דידנער [email protected] אָדער סאַבינע ברוקנער [email protected] .
סינקלער לויִס, דער ערשטער אַמעריקאַנער שרײַבער צו באַקומען די נאָבל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור, האָט אָנגעשריבן אַ צאָל ראָמאַנען, אין וועלכע ער האָט קריטיקירט די אַמעריקאַנער פּאָליטיק און דעם קאַפּיטאַליסטישן גײַסט פֿון די 1920ער יאָרן. אין 1935 האָט ער אַרויסגעגעבן זײַן באַרימטסט ווערק, „דאָ קען עס נישט געשען“, וואָס שילדערט ווי אַ פֿאַשיסטישער דעמאַגאָג, בוז ווינדריפּ, ווערט פּרעזידענט און מאַכט אַ תּל פֿון דער אַמעריקאַנער דעמאָקראַטיע.

דער פּלאַקאַט ווען מע האָט פֿאָרגעשטעלט די פּיעסע אין די „אַמאַלגאַמאַטעד־הײַזער” Image by Library of Congress
אין 1936 איז דער ראָמאַן אינסצענירט געוואָרן ווי אַ פּיעסע. פּרעזידענט פֿרענלקין ראָזעוועלט איז געווען אַ גרויסער אָנהענגער פֿונעם ראָמאַן און זײַן רעגירונג האָט אונטערגעשטיצט פֿאָרשטעלונגען פֿון „דאָ קען עס נישט געשען” איבער גאַנץ אַמעריקע. אַ דאַנק אַ סובווענץ פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג, האָבן די שרײַבער בנימין רעסלער און בענסאָן אינגע איבערגעזעצט די פּיעסע אויף ייִדיש און דער „אַרבעטער טעאַטער־פֿאַרבאַנד“ האָט גאַסטראָלירט מיט איר איבער עטלעכע אַמעריקאַנער שטעט.
דער באַשלוס צו מאַכן אַ פֿאָרלייענונג פֿון דער פּיעסע גלײַך פֿאַר די אַמעריקאַנער וואַלן איז אַ מערקווערדיקער. פּרעזידענט דאָנאַלד טראַמפּ ווערט ניט זעלטן פֿאַרגליכן צו בוז ווינדריפּ אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע און אַ סך אַמעריקאַנער האָבן מורא, אַז טאָמער פּרעזידענט טראַמפּ וועט ווידער דערוויילט ווערן, וועט ער, ווי לויִסעס העלד, פֿאַרוואַנדלען דאָס לאַנד אין אַ דיקטאַטור. צי מע איז מסכּים מיט אַזאַ אויספֿיר, צי מע האַלט אים פֿאַר שאַבלאָניש איבערגעטריבן, איז קלאָר, אַז די פּיעסע איז ווידער אינעם צײַטגײַסט, און דערפֿאַר איז איצט אַ גוטע געלעגנהייט זי פֿאָרצושטעלן.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
