„די דרײַ בריוו וואָס פֿעליקס האָט געשריבן בנימינען‟ פֿון אַלקסנדר פֿיש (פּרעמירטע דערצייונג)Prize-winning story by Aleksander Fisz, “The three letters Felix wrote to Benyomen”
די דערציילונג, וואָס איז באַלוינט געוואָרן אינעם ישׂראלדיקן שרײַבער־קאָנקורס, שילדערט אַ טשודנע משפּחה וואָס ראַנגלט זיך צו בלײַבן בײַם לעבן.
א.
בנימין סערצע־לעבן,
איך שטאַרב אַוועק. סם, דאַכט זיך.
סתּם. איך לעב נאָך. איך האָב פּשוט ניט געוווּסט ווי אַזוי אָנצוהייבן. איך ווייס בכלל ניט וואָס צו שרײַבן דיר. איצטער בין איך ווידעראַמאָל אין באַרצעלאָנאַ. איך ווייס אויך ניט ווי ממשיך צו זײַן. איך מיין אַז איכ’ל פּשוט אויסטראַכטן אַ מעשׂה און איך וועל זי שרײַבן דיר ספּאָנטאַניש, ס’וועט מיר זײַן לײַכטער. טאָ…
אַמאָל איז געווען…
„אַ מלך‟! וועלן אויסרופֿן מײַנע יונגע לעזער מיט אימפּעט.
ניין, טײַערע קינדער. ניין. אַמאָל איז געווען אַ קאַצעט־לאַגער.
אין די זומערדיקע נעכט, ווען אַ פֿולע לבֿנה האָט געשײַנט און געהאַט געוווּנקען מיט אַ זילבערן שטראַל דער וועלטס אַלע געליבטע, און די שלאַנקע פּאַלמע וואָס איז געשטאַנען אינעם קאַצעט-לאַגער האָט זיך צעבליט און האָט געדופֿטעט אויף אַלע פֿיר ווינטן — האָט חגית יאַבלאָנסקי געליטן פֿון פּאַרך. ווינטערצײַט האָט חגית ניט געליטן פֿונעם פּאַרך, דען די מוראדיקע קעלטן וואָס זענען אַדורך די שמאַטעס מיט וועלכע עס האָט די פֿרוי יאַבלאָנסקי, חגית’ס מוטער, צוגעשטופּט די לעכער אין די פֿענצטער, האָבן דאָך געטייט אַלע מיקראָבן טשיק־טשאַק. טאָ פֿאַר וואָס — וועלן דאָך טענהן מײַנע יונגע לעזער — פֿאַר וואָס האָט יענע חגית ניט גענוצט די־אָ געגעבענע געלעגענהייט ווינטערצײַט, ווען מיקראָבן שטאַרבן פֿון זיך אַליין מיליאַסענווײַז, אויף פּטור צו ווערן איינמאָל פֿאַר אַלעמאָל פֿונעם נאָגנדיקן פּאַרך אירן, און האָט ממשיך געווען צו ליידן אויך פֿרילינג — און זומערצײַט ממעשׂה ידי המיקראָבן? ווי קען אַ מענטש ניט מאַכן דאָס מינדסטע השתּדלות ניט צו פֿאַרבעטן אַהיים קיין נײַע מיקראָבן פֿרילינג־צײַט, און דערבײַ ווערן אַ געזונטע, אַ קראַסאַוויצע מיט קאַשטאַנענע האָר וואָס שכנישע מיידלעך באַקוקן עס פֿאָרכטיק?
דער ענין איז אַז דאָ קומט אַרײַן חגית’ס ברודער — דער קליינער יאָזעף. אַ נאַטור האָט יענער קליינער יאָזעף געהאַט צו שטעקן די פֿינגער און זיך אויסגריבלען די נאָז פֿון באַגינען ביז אויפֿדערנאַכט. און די נאָז, קינדערלעך, איז אַ שמוציקע זאַך. בכן, גריבלט יאָזעף זיך די נאָז כּסדר און נײַע מיקראָבן באַפֿאַלן דער משפּחה יאַבלאָנסקי פֿרי און שפּעט — באַפֿאַלן דער קליינער אסתּר, וועלכעס פּנים איז געהאַט לעצטנס באַצויגן געוואָרן מיט פֿלעק, באַפֿאַלן מיכאַלינקאַן דעם לאָמער, באַפֿאַלן דזשימי דעם הונט, דעם טאַטן, דער מאַמען — און באַפֿאַלן אויך חגית. געכאַפּט האָט חגית דעם פּאַרך אָבער און ווידעראַמאָל.
חגית’ס טאַטע האָט געהייסן אַדאָלפֿאָ. ער האָט דעמאָלט געאַרבעט אינעם קאַצעט־לאַגער און די משפּחה, ניט וועלנדיק בלײַבן אין וואַרשע אַליין, האָט געלעבט מיט אים אין אַ באַראַק בײַם סאַמע עק פֿון לאַגער, ממש בײַ דער פּאַלמע. אַדאָלפֿאָ איז געווען אַ מיטל־וווּקסיקער, מיט שיינע מוסקולירטע פֿיס, רויטע בעקעלעך און חנעוודיקע וואָנצעס. ניט איין מאָל ניט צוויי מאָל האָט מען אים פֿאָרגעשלאָגן ראָלעס אין שטומע פֿילמען אָבער חגיתס מאַמע האָט ניט געוואָלט ער זאָל זיך דרייען צווישן כּלערליי קאָקעטקעס און שאַנסאָנעטקעס, זאָגנדיק אַז ס’איז אַן עבֿירה זײַן תּמימות.
זי האָט פֿאַרשטאַנען אַ זאַך־צוויי אין לעבן, די פֿרוי יאַבלאָנסקי. „אונזער מאַגדאַ‟, האָבן שטענדיק געזאָגט אירע שול־חבֿרטעס, „האָט אַ חוש פֿאַר דעם וואָס איז ריכטיק און דעם וואָס ניט. מיט אונדזער מאַגדאַ איז מען פֿאַרזיכערט‟. און אַזוי, לויט זײַן ווײַבס באַפֿעל, פֿלעגט אַדאָלפֿאָ יאַבלאָנסקי היפּערן איבער אַרבעט־פּלעצער כּסדר, און בשעת זײַנע חבֿרים האָבן זיך גערוט בײַ קופֿליעס ביר נאָך אַ טאָג שווייס־אַרבעט, האָט אַדאָלפֿאָ ווײַטער געפֿירט אויך אָוונטן אַן עקסטאַטיש לויפֿערײַ צווישן פֿאַרשיידענערליי דינסטן, קאַנאָנישע צי ווייניקער, דאָ אין עפּעס אַ פּיצעריע, דאָ אין אַ באָרדעל… און פֿאָרט בײַ דער משפּחה יאַבלאָנסקי האָבן קיינמאָל ניט געפֿעלט ניט דאָס אייל אינעם לאָמפּ און ניט די פּוטער אויפֿן ברויט, ניט קיין פֿרישע קאַווע אויף פֿרישטיק און ניט קיין נײַ היטל לכּבֿוד יום־טוב.
אַן איינציקע צרה איז געווען אָט דאָס שמוציקע קינד יאָזעף, אַז אַ בושה און אַ חרפּה איז אים לאָזן דרייען זיך צווישן לײַט. שוין קליינטשיקערהייט האָט ער באַוויזן אַ שוידערהאַפֿטיקן פּאָטענציאַל בשעת זיי זענען ערשט אַרײַן אין אַ לאַנג אויסגעגאַרטער דירה אין וואַרשע. עפּעס אַ פֿאַרפּוצטע דאַמע איז דעמאָלט אַרײַן צו זיי אויף אַן עטיקעט־באַזוך און האָט אַפֿילו געבראַכט אַ טאָרט. בליקענדיק אויף יאָזעפֿ’ן איז זי געוואָרן אויסער זיך פֿון מתיקות און האָט אויסגעשריגן: „צאָ זאַ פּיענקנע דזיעצקאָ!‟1 אָבער איידער זי האָט אויספּײַעט צו זאָגן ויברח משה, האָט זיך שוין יאָזעף באַזעצט אויף איר שויס און באַלד האָט ער אַרויסגעלאָזט אַ ווילדן גרעפּץ, אויסגעבראָכן אויף איר טאַפֿטן קלייד און זיך דערבײַ באַמאַכט. אַ ראָצער אַ הינטשלעגער!…
גוט, מײַן ליבער. איך אַנטשולדיק זיך פֿאַר די רעזולטאַטן אָבער איך שיק עס סײַ ווי סײַ, דען וואָס זאָל איך מאַכן — מײַן בריוו איז דאָס. אַ המשך פֿאָלגט טאָמער איך טראַכט נאָכאַמאָל וועגן דיר. דערווײַל זײַ מיר געזונט, דײַנער פֿעליקס
ב.
שלום עליכם דיר, בנימין,
דערווײַל בין איך געווען אין לײַפּציג אויך. יאָ יאָ. לויפֿנדיק אַוועק פֿון טאָמאַשן בין איך געקומען אַזש אַהין. איך האָב זיך באַקענט מיט איינעם אַן אָרגל־בויער און געהאַט גענעכטיקט צוויי וואָכן בײַ אים. איך ווייס ניט וואָס צו דערציילן. איך טראַכט פֿון דיר און איך בין ממשיך מיט דער מעשׂה:
אחר הדבֿרים האלה, נאָך יענע פֿאָרקומענישן מיט דער־אָ דאַמע וואָס איז געווען הויך באַשטיגן אין געוויסע געזעלשאַפֿטלעכע קרײַזן, און וואָס אַ געוויסער פּאָעט — זײַן נאָמען וועלן מיר דאָ ניט באַצייכענען צוליב צנעת הפּרט 2 — האָט באַקרוינט דווקא זי, אויף צעפּיקעניש אַנדערע וואַרשאַווער דאַמען — האָט די פֿרוי מאַגדאַ יאַבלאָנסקי אין גאַנצן אויפֿגעהערט צו רעדן מיט איר קינד און יענער איז געוואַקסן הפֿקר פּעטרישקע. „ער און דזשימי דער הונט,‟ פֿלעגט זי זאָגן.
איך געדענק נאָך יענע טעג. אין ווינטער פֿאַרנאַכטן פֿלעגט די קליינע חגית אָנקלאַפּן העפֿלעך אויף אונזער טיר און ווען מיר האָבן אויפֿגעמאַכט איז זי אַרײַן אַ שטילינקע און זיך אַנידערגעזעצט אויף אַ פֿוסבענקל אינעם שמאָלן, גאַסט־פֿרײַנדלעכן צימער. די באָבע האָט שטענדיק געהאַלטן אין האַרצן אַ וואַרעמען ווינקל פֿאַר דער קליינער און האָט זי ניט באַלאַסטערט מיט קיין איבעריקע פֿראַגעס. חגית איז געזעסן אַ שטומע, אַן אײַנגעבויגענע און פּלוצים האָט זיך אַ וואַרעמע טרער געטאָן אַ קײַקל אַראָפּ פֿון איר אויג אינעם גלעזל טיי אַרײַן. „די מאַמע רעדט ניט מיט יאָזעפֿן‟, האָט חגית אַרויסגעלאָזט אַ זיפֿץ פֿון די טיפֿסע האַרץ טיפֿענישן. „ער באַקומט צו עסן בלויז רעשטלעך, און שוין. הגם איך בין בלויז זיבן יאָר אַלט פֿאַרשטיי איך שוין אַז ס’איז ניט פֿײַן. ס’איז ניט ריכטיק…. ס’איז ניט ריכטיק…‟.
‟ריכטיק שמיכטיק…” האָט פּלוצעם געדונערט אַ באַסאָווע שטים בײַ דער טיר – „זעטס נאָר זעטס ווער עס איז געקומען צו אונדז ווער, סאַראַ קליינינקע בכּבֿודיקע דאַמע! און פֿאַר וואָס זשע איז די דאַמע אַזוי טרערענדיק פֿאַרוויינט?…‟. דאָס איז געווען דיאַדיאַ מישאַ וואָס איז פּלוצים צוריק אַהיים פֿון אַרמיי. די קליינע חגית איז צו אים געלאָפֿן און אים געהאַלדזט. „דיאַדיאַ מישאַ! דיאַדיאַ מישאַ!‟. דער דיאַדיאַ מישאַ האָט אַרויסגעשלעפּט פֿון קעשענע אַ קליינטשיקן קאָקאָסנוס און מאַכנדיק דערבײַ אַ זשעסט האָט אים דערלאַנגט חגיתן. „אין די דרום־אינדזלען‟, האָט ער געזאָגט, „האָבן אַלע מיידעלעך אין דײַנע יאָרן אַ מינהג צו טרינקען פֿאַרן שלאָף אַ גלעזל וואַרעמע קאָקאָסמילך און דאָס פֿאַרשנעלערט זייער אויפֿוואַקסן, אַלץ אינקלוסיוו. זיבן־יאָריקע זעען אויס צען, און צען־יאָריקע זעען אויס פֿופֿצן — ווי איך בין אַ ייִד!‟. די קליינע חגית האָט אים נאָכגעחזרט מיט התפּעלות: „ווי איך בין אַ ייִד…!‟
„מיט מײַנע אייגענע אויגן האָב איך געזען‟, האָט ממשיך געווען דער פֿעטער, „ווי אַ צען־יאָריק מיידל וואָס זעט אויס פֿופֿצן, אַלץ אײַנגערעכנט, לויפֿט נאָך אַ… הממם… נאָך אַ שלאַנג, נאָך אַ שוואַרצער באָאַשלאַנג — אויף איר צו טייטן מיט אַ שאָלעכץ פֿון אַ קאָקאָסנוס. דעם מיידלס מאַמע האָט זי געשיקט אין מאַרק אַרײַן, אַ באָאַשלאַנג האָט זי אַטאַקירט אונטערוועגנס און דאָס מיידל האָט פּשוט צעקוועטשט די שלאַנג דעם קאָפּ טשיק־טשאַק. זיי זענען זייער שטאַרקע, די מיידלעך אין די דרום־אינדזלען. זיי מאַכן אַלץ אַליין — שמירן, שלאָגן, באָקס…
חגיתן, הערנדיק דאָס שרעקלעכע וואָרט „מאַמע‟, איז אַדורך אַ שוידער און זי האָט זיך אויפֿדערגיך אויסגעניכטערט פֿון דער זיסער פֿאַנטאַזיע וואָס האָט זי געטראָגן אַזש ביז די ווײַטע, גרינע דרום־אינדזלען. זי איז ערנסט געוואָרן און האָט דעם פֿעטער באַקוקט מיט אַ שווײַגנדיקן, אומעטיקן בליק, און אויך די באָבע האָט אים אַרײַנגעזאָגט פֿאַר זײַן נײַן מאָס פּלאַפּלערײַ, אָבער דער פֿעטער האָט זיך אַנטשולדיקט, זאָגנדיק אַז בלויז די פֿאַנטאַזיע דערהויבט דעם מענטשן אויף אַ ווײַלינקע איבערן שווערן טעגלעכן שיקזאַל, און ווער זשע, ווען ניט אָט דאָס קליינע מיידל וואָס דערלעבט אינדערהיים אַזויפֿיל טעראָר און אַכזריותדיקייט — ער האָט געטייטלט אויף חגית — האָט נייטיק אַ ווײַלינקע שפּאַס אין לעבן.
חגית איז געווען אַ מיידל פֿון פֿאַרשטאַנד און זי האָט מורא געהאַט, טאָמער אָט־אָט ברעכט דאָ אויס אַ מלחמה צווישן דער באָבע מיטן פֿעטער, און אַלץ פֿאַר אירעטוועגן. דערפֿאַר האָט זי געזאָגט הויך און מיט בטחון אַז טראָץ דעם אַז זי איז בלויז זיבן, פֿאַרשטייט זי זייער גוט די מאָטיוון אין ביידנס געשפּרעך און אַז זי שאַצט עס זייער אָפּ. „דיאַדיאַ מישא‟, האָט אים געזאָגט חגית, „דו זאָלסט פֿאַרשטיין די באָבע. זי איז זייער אַלט און זי איז דערצויגן געוואָרן אין אַן אַנדער קולטור, און דו, באָבע — דו ביסט אַזוי וואַרעם און גוט און קלוג. זײַ זשע מוחל דעם פֿעטער פֿאַר זײַן פּלאַפּלערײַ. ער האָט דאָך געהאַט אין זינען אַמוזירן מיך און שוין. אַדרבא, זאָל ער שעפּן דערפֿון אַ ביסל נחת. איך פֿאַרשטיי אַלץ, איך פֿאַרשטיי אַלץ…‟.
די באָבע האָט מוחל געווען דעם פֿעטער מישאַ אין איין אויגנבליק און האָט אים געזאָגט אויף ייִדיש: „מײַן קינד, קום כ’וועל דיר געבן אַ קוש, לאַנג איז עס זינט מען האָט דיך געזען, און וואָס איז מכּוח אַ פֿלעשל ראָם? דער באָבען האָסטו ניט געבראַכט עפּעס קיין פֿלעשל ראָם פֿון די דרום־אינדזלען… אָבער גיב זשע לשון, ווער האָט דיר געמאַכט אַזאַ אַ סיניאַק אונטערן אויג און דער עיקר — פֿאַר וואָס?…‟ – און די קליינע חגית איז פֿון דאַנעט אַוועק אַ שטילינקע און פֿון דאָרטן בגנבֿה צוריק אַהיים.
בײַ דער משפּחה יאַבלאָנסקי האָט זיך אַ סך איבערגעמישט. די מאַמע, מיינענדיק אַז יאָזעף האָט געזאָגט אַ ליגן עמעצן, האָט באַשלאָסן צו באַשטראָפֿן אים איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל און האָט אים אַרײַנגעגאָסן אַ ביסל ברענענדיקע סמאָלע אין אָפֿענעם מויל אַרײַן. דער ווייטיק איז געווען אַזש שרעקלעך און האָט אים גורם געווען צו קלעטערן אויפֿן טיש אַרויף און פֿון דאָרטן ווײַטער אַרויפֿקריכן אויפֿן לאָמפּ. אַזוי איז ער געבליבן הענגען שרײַענדיק אויבן אויפֿן לאָמפּ אַ פּאָר שעה און די צווילינג־מיידעלעך אסתּר מיט מיכאַלינקאַ די לאָמע האָבן ביטער אונטערגעשריגן דערצו, ביז צום סוף האָט ער אָנגענומען דעם ווײטיק ווי מיר אַלע און אַרײַנגעקראָכן אין אַ וויסטן ווינקל, און דאָרטן האָט ער זיך אין זיך אײַנגעטוליעט, שווער געפּרײַכט און צום סוף — אַנטשלאָפֿן געוואָרן אין שרעקלעכע יסורים.
איך ווייס ניט וואָס עס איז אַזוינס מיט מיר. איך טראַכט פֿון דיר און דאָס וואָס קומט אַרויס איז דאָס… אַ המשך פֿאָלגט (לויט אַ באַזונדערער בקשה?). נעם ניט אַזוי פֿיל מעדיקאַמענטן און גיב ניט איבער קיין גרוס טאָמאַשן.
דײַנער,
פֿעליקס
ג.
בנימין ליבינקער,
איך ליבע דיך.
סתּם. איך האָב ליב אַלעמען.
אַלע האָבן שוין געהערט ווי אונדזער מאַנשאַפֿט האָט געוווּנען. צי האָט עס דיר טאָמאַש דערציילט? איך בין איצטער געבליבן אויף אַ ווײַלע בײַ דער מומע מײַנער. יאָ, זי לעבט נאָך. דו האָסט צוואָר ניט געבעטן, אָבער גוטע זאַכן קומען צו דריט, פּונקט ווי אין דער אַרמיי. איך בין ממשיך…
עס איז געווען אַ שפּעטע נאַכטיקע שעה. אויף דער קויטיקער בעט זײַנען געשלאָפֿן די מיידלעך, צונויפֿגעקנוילט זאַלבעדריט אין איין שמוציקן הויפֿן. אײַנגענורעט זיך אין ווינקל זײַנען געלעגן דער פֿאַרפּײַניקטער יאָזעף מיט דזשימי דער הונט. די פֿרוי מאַגדאַ יאַבלאָנסקי איז געזעסן אויפֿן שאָקל-שטול, אין אירע פֿאַרהאָרעוועטע הענט די שטריקערײַ. זי האָט געהאַט בדעה צו שטריקן חגיתן אַ ווינטערדיקן שאַל פֿון רעשטלעך וואָל וואָס אַדאָלפֿאָ האָט איר אָקערשט באַזאָרגט פֿונעם פֿאַרניכטונגס־לאַגער, נאָך דעם ווי מען האָט דאָרטן אַנולירט אַ גרויס משלחת פֿון שאָף, אָבער דאָס טריבע ליכט פֿון לאָמפּ, צוזאַמען מיטן הייסן נאָגנדיקן צאָרן וועגן דעם דלות האָבן איר אין גיכן אײַנגעוויגט צום שלאָף. אויך אַדאָלפֿאָ איז ניט געווען אין שטוב. האָבנדיק, ווי איר געדענקט געוויס, געניטונג אין פּיצערײַ — נאָך זינט יענע ווײַטע וואַרשאַווער טעג ווען ער פֿלעגט אַרבעטן אויך אין פּיצעריעס, האָט ער לעצטנס געהאַט באַקומען אַ נאַכטאַרבעט ווי אַ הויפּט מײַזשלעגער אין דעם לאַגערס פּיצעריע, באַקעמפֿענדיק די מײַז וואָס האָבן כּסדר קאָנספּירירט אַוועקצופֿירן די פּיצאַס.
אין צימער האָט געהערשט בלויז דאָס בראָנכיטישע געזשום פֿונעם אַלטן אײַזקאַסטן, געמישט מיטן קליינעם יאָזעפֿס שווערע פּרײַכענישן. פֿון צווישן די שפּאַרונעס פֿון סופֿיט, גראָד דאָרט וווּ דער לאָמפּ, אויף וועלכן דער קליינער יאָזעף האָט זיך פֿריִער געשאָקלט און בלויז אַ דאַנק זײַן דראָבנעם וואָג איז עס ניט צעריסן געוואָרן, איז געווען אײַנגעקלעפּט צום סופֿיט — איז אַרײַנגעפֿלויגן אין צימער אַרײַן אַ וווּנדערלעכע בריאה — אַ צויבער כראַבאָנשטשיק 3. יענער כראַבאָנשטשיק איז געווען אַן ענטפֿער צו יאָזעפֿס פּײַן. ער האָט אויף יאָזעפֿן פֿריִער געקוקט פֿון זײַן באַהעלטעניש צווישן די שפּאַלטן, ווי די אויפֿגעריסענע אויגן זײַנע שטאַרן אין דער וועלט אַרײַן, ניט פֿאַרשטייענדיק פֿאַר וואָס און וואַרום איז אים די מאַמע באַפֿאַלן חיה־מעסיק און אים געשטראָפֿן אויף אַזאַ שרעקלעכן אופֿן — און יענעמס שווערע יסורים האָבן גערירט דעם כראַבאָנשטשיקס ברחמנותדיק האַרץ. בלויז איינמאָל אין אַ הונדערט יאָר האָט דער כראַבאָנשטשיק געהאַט באַקומען אַ דערלויבעניש אַרויס פֿון זײַן באַהעלטעניש און זיך באַווײַזן צווישן בני אדם, און אָט, דאַכט זיך, איז געקומען דער ריכטיקער מאָמענט.
די ערשטע צו באַמערקן אים איז געווען חגית וואָס האָט זיך פּלוצעם אויפֿגעכאַפּט. דער כראַבאָנשטשיק איז אַרומגעפֿלויגן דעם צימער אַרום, איבערלאָזנדיק נאָך אים אַ שלעפּ גאָלדענעם ליכטיקן צויבער־פּולווער. אויך די קליינע אסתּר מיט מיכאַלינקאַן האָבן זיך געוואַכט און האָבן אים שטום באַקוקט. דערנאָך האָבן זיי געבויבערט עפּעס אומקלאָרס און האָבן ממשיך געווען צו גלאָצן אויף דעם גאָלדענעם שלעפּ. נאָך ניט געוווּסט האָבן זיי, נאַרעלעך, אַז דער־אָ זיכט איז אַ גאָלע זעלטנהייט, אָט דער צויבער ליכטיקער פּולווער־שלעפּ פֿונעם צויבער כראַבאָנשטשיק — און דאָך זײַנען זיי געגליכן צו אַ מענטש וואָס איז געבוירן געוואָרן מיט אַ קאָפּווייטיק און ווייס גאָרניט אַז זײַן קאָפּ טוט אים וויי, און אויך צו אונדז, וואָס מיר באַצייכענען איינעם פֿון די רעשן וואָס רינגלען אונדז אַרום מיטן נאָמען שטילקייט. די פֿרוי יאַבלאָנסקי האָט זיך עפּעס געוואָרטשעט פֿון שלאָף און האָט געמאַכט אַ פּרוּוו צו באַוואַרפֿן דעם כראַבאָנשטשיק מיט אַ סידעלקע צום העקלען — אָבער דער צויבער כראַבאָנשטשיק האָט איר אײַנגעקאָוועט צום שאָקל־שטול נוצנדיק זײַנעם אַ צויבער־טריק, און זי איז געבליבן זיצן פֿאַרגליווערט. און יאָזעף האָט אין גאַנצן ניט פֿאַרשטאַנען אויב דאָס וואָס ער זעט איז דער וואָר צי ניט. ער האָט שטענדיק געזען זאַכן וואָס אַנדערע זעען ניט. (איך בין אויך אַזוי).
דער כראַבאָנשטשיק האָט געהאַט בדעה צו פֿאַרוואַנדלען די טראַגעדיע פֿון דער משפּחה יאַבלאָנסקי אין אַ העפּי־ענד, אָבער אַ פּראָבלעם איז געווען אַז זײַן הונדערט־יאָריקע מאָס איז נאָך ניט אָנגעפֿילט געוואָרן און עס זײַנען אים געבליבן נאָך קנאַפּע צוויי וואָכן „לאַמענייעק‟. דערפֿאַר, אויף מפֿייס צו זײַן די געטער, האָט מען געדאַרפֿט אַרײַנברענגען אין די אַלע צויבערײַען עפּעס אַ קליינטשיקן, סימבאָלישן פֿעלער, בתּורת אַ צייכן אַז מען האָט זיי געמאַכט איידער די צײַט איז רײַף געוואָרן, און בלויז לויט אַ באַזונדערער הסכּמה פֿון בית הלל. האָט ער באַשלאָסן זיך לאָזן עצהן מיטן נאָרמאַלסטן פּאַרשוין דאָרטן, וואָס דאָס איז געווען חגית, פֿאַרשטייט זיך, און ער האָט איר געזאָגט אַז ער וויל האַלטן מיט איר אַ קאָנסיליום. חגית האָט פֿאָרכטיק געענטפֿערט „אַ קאָנסיליום, אַ קאָנסיליום, איך פֿאַרשטיי, איך פֿאַרשטיי‟, און זיי האָבן זיך אַוועקגעזעצט, זיך עצהן און אַרומרעדן די אַלע פּרטים.
צו ערשט האָבן זיי געצויבערט דער פֿרוי יאַבלאָנסקין אַ נײַ קלייד — וואָס זאָל פֿאַרווייכן אויף צו ביסלעך איר האַרטע נאַטור. און אַדאָלפֿאָן האָבן זיי געצויבערט קלאַפּער־געצײַג, ער איז דאָך אַ מאַן, און דערצו צוויי פּאָר זאָקן — ווינטערדיקע און זומערדיקע, און אַ צוויי פּאָר תּחתּונים. און די צווילינג־מיידלעך האָבן זיי פֿאַרטיילט שׂכל און פֿאַרשטאַנד, כּדי זיי זאָלן דערקענען דאָס גוטס און די דערהויבנקייט וואָס שטעקן אין אים, אינעם מענטשן — און טאַקע ווען זיי זענען גרויס געוואָרן, זענען זיי געוואָרן באַליבט בײַ אַלעמען, און אסתּר איז געוואָרן אַ קעניגין און מיכאַלינקאַ די לאָמע איז געוואָרן אי אַ פּרינצעסין אי אַ ריכטערין. און בײַ יאָזעפֿן האָט דער כראַבאָנשטשיק אָפּגעמעקט אַלע זײַנע וווּנדן מיט איין ויהי, ממש מיט איין מאַך פֿונעם צויבערשטעקן. און חגיתן? וואָס האָט דער כראַבאָנשטשיק געצויבערט חגיתן? דאָס וועלן מיר אונדזערע יונגע לייענער ניט דערציילן. מיר’ן בלויז צוגעבן אַז חגית, זײַענדיק אַן איידעלע נשמה מיט אַ שטיק מוסר־געפֿיל, האָט מסכּים געווען צו באַקומען אויף זיך דעם לײַכטן פֿעלער הנ”ל, און זיי האָבן זיך נאָכאַמאָל אַוועקגעזעצט דיסקוטירן אַלע דעטאַלן, און האָבן מסכּים געווען אויף דעם פּאַרך הנ”ל. פֿריִער האָט חגית צוגעשלאָגן אַ ראַכיט, אָבער דער כראַבאָנשטשיק האָט איר געזאָגט מה אתך, נעם אַ פּאַרך. זומערצײַט וועט עס נעלם ווערן טשיק־טשאַק, און אַזוי וועלן מיר אָפּנאַרן די געטער.
זײַט יענער נאַכט זענען פֿאַרבײַ יאָרן. די אויבן־דערמאָנטע וואַרשאַווער דאַמע האָט זיך דערווײַל באַדויערט איר הויך־נעזיק באַציִען זיך צו דער משפּחה יאַבלאָנסקי, און האָט זיי פֿאָרט באַזוכט אין זייער נויט פֿון צײַט צו צײַט, און פֿלעגט אויך ברענגען עפּעס מתּנות, דאָ עפּעס אַ וואַזאָנע און אַמאָל אַפֿילו אַ טאָרט. זי מיט מאַגדאַן זענען געשטאַנען לעם פֿענצטער, געהאַט פֿאַרזוכט פֿון דעם טאָרט, באַוווּנדערט די וואַזאָנע, און זיך דערמאָנט אין אַלע שטיפֿערײַען וואָס זיי מיט די אַלע חבֿרטעס פֿלעגן מיידלישווײַז מאַכן אין דער מיידלעך־גימנאַזיע. אויף די פֿײַערקעס אין קיך האָט זיך דעמאָלט געקלעקטשעט אַ ראָסל־טאָפּ אויף וועטשערע. פֿון גאָרטן אַרויף האָט זיך געטראָגן דאָס פֿריילעכע געלעכטער פֿון די שפּילנדיקע אסתּר מיט מיכאַלינקאַ דעם לאָמער. די זומערדיקע זון האָט זיך געזעצט פּאַוואָליע, פֿאַרבנדיק דעם וואַרשעווער הויכן הימל אין קאָלירן און בײַ־קאָלירן פֿון אָראַנזש, ליכטיק ראָזעווע, פּורפּור און גין־גאָלד. פֿון דער ווײַסל אַפֿער האָבן זיך געהילכט קולות פֿון רודערנדיקע יונגען, מושטרירענדיק פֿאַרן זומער דזשאַמבאָרי. צווישן די יונגען איז געווען איינער – יאָזעף, אַ הויכער, אַ ברייט־ברוסטיקער מיט אַ פּאָר שטיפֿערישע אויגן און אַ געדיכטער, בלאָנדער שעוועליור וואָס שכנישע מיידלעך באַקוקן זי פֿאָרכטיק, און קיינער וועט אין אים ניט דערקענען דעם קליינעם בידנעם יאָזעף פֿון יענע טרויעריקע טעג.
און בלויז חגית איז געבליבן איר גאַנץ לעבן לאַנג אַ קליינע, אַן אויסגעמאָגערטע. איך געדענק נאָך ווי זי פֿלעגט זיך שלעפּן אויף דער שאָטנדיקער זײַט איבער אונדזערע גאַסן, מיט איין האַנט דאָס פּנים באַדעקט אַז קיינער זאָל זי ניט באַמערקן און אַ צווייטע האַנט רײַסט אַראָפּ און באַזײַטיקט פֿון קאָפּ רעשטלעך שיטערע האָר וואָס איז גרוי געוואָרן פֿאַר דער צײַט. צו צוואָנציק יאָר איז זי געשטאָרבן.
דאָס איז אַלץ, מײַן ליבער. פֿרעג זיך, ליבער, אַליין וואָס עס שטעקט אין דיר אַזוינס, אַז ווען מען טראַכט פֿון דיר — קומט אַרויס דאָס.
פֿאַרגעס מיך ניט. דײַנער,
אדם
טפֿו, וואָס זאָג איך… דײַנער,
פֿעליקס
עיקר שכחתּי:
איך האָף אַז דו וועסט ניט על־פּי־טעות איבערגעבן טאָמאַשן אַ גרוס פֿון מיר. דאָס מיין איך ניט.
עיקר שכחתּי 2:
די מומע האָט מיר געגעבן אַן אויסגעצייכנטן ראָגעלעך־רעצעפּט.
־־־־־־־־־־־־־־
(1) צאָ זאַ פּיענקנע דזיעצקאָ ־ סאַראַ זיס קינד!
(2) צנעת הפּרט ־ דאָס רעכט צו פּריוואַטקייט
(3) כראַבאַנשטשיק – א מכּלומרשט מענלעכע פֿאָרעם פֿון „כראַבאַנשטשע‟ – אַ כרושטש (ladybird, beetle).
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor