פּאָדקאַסט: אַ ייִדישע רעוואָלוציאָנערקע דערציילט וואָס זי האָט איבערגעלעבטPodcast: A Jewish revolutionary tells her story
אַ ראַדיאָ־דראַמע וועגן קלאַראַ קליבאַנאָווע, אַ ייִדיש מיידל וואָס פֿאַרלאָזט איר פֿאַרמעגלעכע משפּחה און הייבט אָן שמוגלען דינאַמיט.
דער „ייִדישער ביכער־צענטער“ האָט לעצטנס לאַנצירט אַן אייגנאַרטיקן פּאָדקאַסט, אין וועלכן די אַקטריסע קאַראַיִד אָ׳ברײַען לייענט פֿאָר די זכרונות פֿון אַ ייִדישער רעוואָלוציאָנערקע אין אָ׳ברײַענס אייגענער ענגלישער איבערזעצונג.
די פּראָגראַם, „דער לעצטער מאַקסימאַליסט“, באַשרײַבט די שטורמישע יוגנט פֿון קלאַראַ קליבאַנאָוו, אַ ייִדיש מיידל וואָס האָט צו 16 יאָר, בעת דער רוסישער רעוואָלוציע אין 1905, פֿאַרלאָזט איר פֿאַרמעגלעכע משפּחה כּדי צו באַפֿרײַען די רוסישע פּויערים.
קליבאַנאָוו, אַ טאַלאַנטירטע רעדנערין און שרײַבערין, האָט געהערט צו אַ גרופּע רעוואָלוציאָנערן, וואָס האָבן זיך גערופֿן די „מאַקסימאַליסטן“. להיפּוך צו די אַנדערע אַקטיוויסטן, וואָס האָבן געהאַלטן אַז מע דאַרף ענדערן דעם מצבֿ אין רוסלאַנד צו ביסלעך, האָט איר גרופּע געוואָלט גלײַך מלחמה האַלטן מיט דער רעגירונג דורכן דערמאָרדן מיטגלידער פֿונעם קייסערס משפּחה.
אַחוצן דורכפֿירן אַטענטאַטן און טעראָריסטישע אַטאַקן האָט די גרופּע אויך באַרויבט בענק כּדי צו פֿינאַנצירן איר קאַמף. קליבאַנאָוו איז אַנטלאָפֿן פֿון רוסלאַנד אין 1914 און האָט זיך באַזעצט אין אַמעריקע, וווּ אירע זכרונות, „די בלוטיקע טעג“, זענען אין 1922 דערשינען אין המשכים אינעם פֿאָרווערטס.
נאָך דעם וואָס אָ׳ברײַען האָט אַנטדעקט די זכרונות, וואָס זענען קיינמאָל ניט געדרוקט געוואָרן אין בוך־פֿאָרעם, האָט זי פֿאַרשטאַנען אַז דער טעקסט וואָלט געקענט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ פּיעסע. ווי זי האָט דערקלערט אין אַן אינטערוויו מיטן „ייִדישן ביכער־צענטער“, האָט זי געקענט דעם ייִדישן ראַדיאָ־שטערן סימאָר רעכצײַט, וואָס האָט בײַ איר פֿאַרפֿלאַנצט אַ ליבשאַפֿט צו די אַמאָליקע ייִדישע ראַדיאָ־דראַמעס. אַנשטאָט צו פּרובירן שאַפֿן אַ גאַנצע פּיעסע, האָט זי באַשלאָסן צו מאַכן פֿון איר איבערזעצונג אַ ראַדיאָ־דראַמע, וואָס מע זאָל קענען פֿאַרשפּרייטן ווי אַ פּאָדקאַסט. פֿון דעם איז אַרויסגעוואַקסן די פּראָגראַם ”דער לעצטער מאַקסימאַליסט“. (דער נאָמען פֿאַררופֿט זיך אויפֿן קעפּל פֿון אַן אַרטיקל, וואָס מע האָט געשריבן וועגן קליבאַנאָווס לעבן אין 1973.
די סעריע, וואָס וועט באַשטיין פֿון צוועלף 25־מינוטיקע המשכים, וועט אויך אַרײַננעמען אַ ראַדיאָ־אינטערוויו מיט קלאַראַ קליבאַנאָוו אַליין, וואָס מע האָט געמאַכט אין די 1970ער יאָרן. יעדע וואָך וועט מען פֿאַרעפֿנטלעכן אַ נײַעם קאַפּיטל. דערווײַל קען מען הערן די ערשטע פֿיר קאַפּיטלען דאָ
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO