אַ נײַער קוק אױף דער ייִדישער ליטעראַטור וואָס האָט געבליט אין בערליןA new look at the Yiddish literature that flourished in Weimar Berlin
מאַרק קאַפּלאַן טײַטשט אױס די װערק פֿון דוד בערגעלסאָן, דער נסתּר און משה קולבאַק װי אַלעגאָרישע קריטיק פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה.
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש
די קורצע אָבער לעבעדיקע און פּראָדוקטיווע בערלינער תּקופֿה אין דער מאָדערנער ייִדישער קולטור־געשיכטע האָט אַ ספּעציעלן חן פֿאַר הײַנטיקע פֿאָרשער. פֿונעם שמעלצטאָפּ פֿון פֿאַרשידענע שפּראַכן, סטילן און זשאַנערס זײַנען אַנטשטאַנען מוסטערװערק פֿון ליטעראַטור און קונסט, װאָס זײַנען אײנצײַטיק ייִדיש און אײראָפּעיִש.
די הײַנטיקע נאָסטאַלגיע נאָך דער װײַמאַר־תּקופֿה צװישן דעם סוף פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה און היטלערס נצחון אין 1933 האָט אױך אַ מעלאַנכאָלישן בײַטעם. דער אױפֿבלי איז געװען קורץ און ברעכעוודיק, און אין גיכן זײַנען די פֿאַרשײדענע בראַנזשעס פֿון ייִדישער קולטור אַוועק אויף זײערע אײגענע פּאָליטישע, לינגװיסטישע און געאָגראַפֿישע דרכים. מען איז אַװעק פֿון בערלין קײן אַמעריקע, פּױלן, סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אָדער ארץ־ישׂראל. מער האָט די ייִדישע קולטור קײן מאָל ניט געהאַט אַזאַ פֿילזײַטיקע שעפֿערישקײט אין אײן אָרט.
מאַרק קאַפּלאַנס נײַ בוך, „ייִדישע שרײַבער אין װײַמער־בערלין: דער אַנטלאָפֿענער מאָדערניזם‟ באַהאַנדלט די ייִדישע ליטעראַרישע שאַפֿונג אין בערלין אינעם ברײטערן קולטורעלן קאָנטעקסט פֿון די 1920ער יאָרן. זײַנע הױפּטהעלדן זײַנען דרײַ שרײַבער, װאָס געהערן צו דעם ייִדישן ליטעראַרישן קאַנאָן: דוד בערגעלסאָן, דער נסתּר און משה קולבאַק. קאַפּלאַן ברענגט זײערע װערק, װאָס זײַנען געשאַפֿן געװאָרן בעת זײער בערלינער אױפֿהאַלט, אין אַ דיאַלאָג מיט אַנדערע, דער עיקר דײַטשיש־שפּראַכיקע מחברים. צומאָל קען מען אַנטדעקן דירעקטע השפּעות, אָבער אָפֿטער גײט עס אין טעמאַטישע, אידעיִשע און עסטעטישע איבערקלאַנגען.
די דאָזיקע דרײַ מחברים, טענהט קאַפּלאַן, זײַנען געװען „רעפּרעזענטאַטיװ פֿון אַ ברײטערן פֿענאָמען פֿון פּליטים פֿון מיזרח־אײראָפּע, סײַ ייִדישע און סײַ ניט־ייִדישע, װאָס האָבן געזוכט אַ מקום־מקלט פֿון די פּאָליטישע צערודערונגען און פֿיזישע סכּנות אין דער געװעזענער רוסישער אימפּעריע‟. אַזױ אַרום זײַנען זײערע װערק ניט נאָר מײַסטערװערק פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם, נאָר אױך גּבֿית־עדותן פֿון יענער תּקופֿה.
קאַפּלאַן טענהט װײַטער, אַז דװקא דערפֿאַר, װאָס די ייִדישע ליטעראַטור איז דעמאָלט געװען אױף די ראַנדן פֿון דער הױפּטשטראָמיקער אײראָפּעיִשער קולטור, לאָזן די ייִדישע װערק בעסער פֿאַרשטײן די עסטעטישע חידושים פֿון יענער תּקופֿה. ייִדישע ליטעראַטן אין מיזרח־אײראָפּע האָבן געהאַט דרך־ארץ פֿאַר דער דײַטשישער קולטור, און די דײַטשיש־ייִדישע אינטעליגענץ האָט בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה „אַנטדעקט‟ די „עכטע‟, אױטענטישע ייִדישקײט בײַ זײערע מיזרח־איראָפּעיִשע ייִדישע ברידער. אין בערלין האָבן זיך די בײדע ייִדישע עדות געטראָפֿן צום ערשטן מאָל.
מען האָט געחלומט װעגן אַ בעסערער צוקונפֿט, װוּ ייִדן און זײער קולטור װעלן געפֿינען אַ זיכערן אָרט פֿאַר זיך. די פֿראַגע איז געװען, װוּ אַזאַ אָרט װעט זײַן: אין דער קומעדיקער ייִדישער מלוכה אין ארץ־ישׂראל; אינעם קאָמוניסטישן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אָדער אפֿשר אין דער נאַציאָנאַל־קולטורעלער אױטאָנאָמיע אין מיטל־אײראָפּע. דער סוף פֿון די דרײַ פּערסאָנאַזשן פֿון קאַפּלאַנס שטודיע איז געװען טראַגיש. זײ זײַנען אַלע אומגעקומען אין די סטאַליניסטישע רדיפֿות אין סאָװעטן פֿאַרבאַנד אין די 1930ער און 1940ער יאָרן. אָבער דער פֿאָקוס פֿון קאַפּלאַנס חקירות איז אױף דער פֿריִערדיקער תּקופֿה. ער באַהאַנדלט די „עסטעטישע און עמאָציאָנעלע קאָמפּליצירטקײט פֿון די װערק, װאָס זײ האָבן געשאַפֿן אין דער מיט פֿון דער צעמישטער אַמביװאַלענץ אין דײַטשלאַנד‟.
אינעם ערשטן טײל פֿונעם בוך טרעפֿן זיך דער ייִדישער שרײַבער דוד בערגעלסאָן און דער דײַטשיש־ייִדישער מחבר אַלפֿרעד דעבלין. זײ אַנטדעקן פֿאַר זיך און פֿאַר זײערע לײענער די נײַע װעלט, װאָס איז אױפֿגעקומען אױף די חורבֿות פֿון דער אַמאָליקער רוסישער און עסטרײַכישער אימפּעריע. ניט צופֿעליק, באַמערקט קאַפּלאַן, איז די טעמע פֿון טױט אַזױ בולט אין זײערע װערק. דעבלינס „רײַזע קײן פּױלן‟ שילדערט די אַלטע חסידישע קולטור װי עבֿר־זמניק, בעת בערגעלסאָן פֿאַרמישפּט דאָס אַלטע שטעטל צום טױט אין זײַן ראָמאַן „מידת־הדין‟.
אָבער עס איז אױך דאָ אַ װיכטיקער חילוק צװישן בערגעלסאָן און דעבלין. פֿאַר דעבלין איז דאָס נײַע פּױלן אַ לאַנד פֿון קעגנערישע פֿעלקער, פּאָליאַקן, אוקראַיִנער, ייִדן און דײַטשן, װאָס האָבן װײניק בשותּפֿות. אין בערגעלסאָנס סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, להיפּוך, װערן ייִדן געצװוּנגען צו װערן מיטגלידער פֿון דער נײַער געזעלשאַפֿט, אַנדערש האָבן זײ ניט קײן צוקונפֿט. דאָ איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז דעבלינס בילד פֿונעם פּױלישן ייִדנטום איז ניט אַזױ מעלאַנכאָליש אײנדײַטיק. אין װילנע, להיפּוך צו װאַרשע, טרעפֿט ער אַ ייִדיש־רעדנדיקע באַפֿעלקערונג, װאָס איז אין גאַנצן מאָדערן אין זײער קולטור און לעבנס־שטײגער. און עס איז ניט צופֿעליק, אַז דװקא אין דעם װילנער פֿאַרלאַג פֿון באָריס קלעצקין זײַנען אַרױס בערגעלסאָנס געזאַמלטע װערק, צװישן זײ — „מידת־הדין‟.
קאַפּלאַן לײענט בערגעלסאָנס בערלינער דערצײלונגען דורך דעם שפּאַקטיװ פֿון דער סטיליסטיק פֿון „נײַער זאַכלעכקײט‟. די דאָזיקע מאָדערניסטישע שיטה איז געװען פּאָפּולער אין דער דײַטשישער ליטעראַטור און קונסט אין דער צװײטער העלפֿט פֿון די 1920ער יאָרן. מאַטעריעלע אָביעקטן דינען אין בערגעלסאָנס שילדערונגען פֿונעם קאַרגן אימיגראַנטישן לעבן אין בערלין פֿאַר מעטאַפֿאָרן פֿון דער גײַסטלעכער אײנזאַמקײט און אומזיכערקײט פֿון ייִדישע פּליטים אין אַ פֿרעמדער גרױסער שטאָט. קאַפּלאַן דערקענט אין די דאָזיקע מרה־שחורהדיקע שילדערונגען סימנים פֿונעם קומעדיקן טראַװמאַטישן בראָך, װאָס האָט געטראָפֿן אײראָפּע אין די 1930ער יאָרן.
להיפּוך צו בערגעלסאָן, האָבן קולבאַק און דער נסתּר ניט געשילדערט דאָס לעבן אין בערלין אין זײערע װערק פֿון יענער תּקופֿה. אָבער, דערװײַזט קאַפּלאַן, די דײַטשישע קולטור האָט יאָ באַװירקט זײער כּוח־הדמיון. אין דעם נסתּרס בערלינער מעשׂיות דערקענט קאַפּלאַן השפּעות פֿון דער דײַטשישער מיטצײַטלערישער ליטעראַטור און פֿילם. בפֿרט װיכטיק איז דאָ די השפּעה פֿונעם ראָמאַן „פּראָפֿעסאָר אונראַט‟ פֿונעם דײַטשישן מחבר הײנריך מאַן און דעם פֿילם „דער בלױער מלאך‟, װאָס קומט בולט אַרױס אין דער נסתּרס לעצטער סימבאָליסטישער מעשׂה, „אונטער אַ פּלױט‟.
צו קאַפּלאַנס אַנאַליז פֿון די דײַטשישע השפּעות אױף דער נסתּרס מעשׂה קאָן מען אָבער צוגעבן, אַז „אונטער אַ פּלױט‟ איז דערשינען דרײַ יאָר נאָך דעם נסתּרס אומקער קײן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. דער צענטראַלער מאָטיװ פֿון עפֿנטלעכן מישפּט שפּיגלט דאָ אָפּ אַלעגאָריש די סטאַליניסטישע רדיפֿות, װאָס דער נסתּר אַלײן איז געװאָרן אַ קרבן פֿון זײ. בעת דעם נסתּרס פֿאַנטאַסטישע מעשׂיות האָבן אַלעגאָריש אָפּגעשפּיגלט דעם אונטערגאַנג און פֿונאַנדערפֿאַל פֿון דער אַרומיקער װעלט, האָט זיך משה קולבאַקס משיחיסטישע װיזיע אױסגעשפּילט אין די לאַנדשאַפֿטן פֿון זײַן רײַסישן הײמלאַנד. אין דער פּאָעמע „רײַסן‟ און דעם ראָמאַן „משיח בן אפֿרים‟, װאָס זײַנען קולבאַקס הױפּטװערק פֿון דער בערלינער תּקופֿה, טרעפֿן זיך מעשׂה־בראשית און אַחרית־הימים, דער אָנהײב און דער סוף פֿון דער װעלט.
„ייִדישע שרײַבער אין װײַמאַר־בערלין‟ איז ניט קײן גרינגע לעקטור. דאָס בוך איז פֿול מיט חריפֿישע געדאַנקען און דרײסטע אויספֿירן, װאָס צומאָל קענען זײ דאָ און דאָרט גורם זײַן ספֿקות בײַם לײענער. צום שלוס פֿון זײַן שטודיע מאַכט קאַפּלאַן אַ פֿאַרגלײַך צװישן דער װײַמאַרער תּקופֿה אין דײַטשלאַנד און דער הײַנטיקער צײַט, „װען די טעכנאָלאָגיעס װערן באַלד פֿאַרעלטערט און די פּאָליטיק איז ברעכעװדיק‟. אין אַזעלכע היסטאָרישע מאָמענטן װערט דער פֿאַנטאַסטיש־אַלעגאָרישער באַנעם פֿון דער װעלט ספּעציעל פּאָפּולער. קאַפּלאַנס בוך איז אַ שאַרפֿזיניקע קריטישע פֿאָרשונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, װאָס איז אַזױ װי צוגעמאָסטן צום הײַנטיקן היסטאָרישן מאָמענט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO