דערמאָנונג: פֿעסטיוואַל „ייִדיש ניו־יאָרק“ הייבט זיך אָן דעם זונטיק אויף „זום“Reminder: Yiddish New York Festival begins this Sunday on Zoom
צווישן די סעסיעס: ייִדישע און מוסולמענישע מוזיק פֿון אוקראַיִנע, און חסידישע ניגונים באַגלייט פֿון אַן אומגעוויינטלעכן אינסטרומענט.
„ייִדיש־ניו־יאָרק“, דער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קולטור און מוזיק וואָס פּראַוועט באַלד זײַן פֿינפֿטן יאָר, וועט הײַיאָר דורכגעפֿירט ווערן אין גאַנצן אָנלײַן, אָנהייבנדיק שבת דעם 26סטן דעצעמבער, ביז מיטוואָך, דעם 30סטן דעצעמבער.
אַזוי ווי פֿריִער, וועט די פּראָגראַם אַרײַננעמען צענדליקער קלאַסן און וואַרשטאַטן פֿאַר מוזיקער, זינגער און טענצער; שפּראַכקלאַסן אויף דרײַ ניוואָען; און באַזונדערע פּראָגראַמען פֿאַר קליינע קינדער און צענערלינגען. אַחוץ די וואַרשטאַטן וואָס קומען פֿאָר יעדן טאָג פֿונעם פֿעסטיוואַל, אָרגאַניזירט מען אַ ים מיט ספּעציעלע קאָנצערטן פֿאַרן ברייטן עולם. אָט איז אַן אויסקלײַב פֿון געוויסע פּראָגראַמען, וואָס וואָלטן אפֿשר פֿאַראינטערעסירט דעם פֿאָרווערטס־לייענער.
פֿידל־ספּעקטאַקל
שבת, דעם 26סטן דעצעמבער, 8:00 אין אָוונט, וועט אויפֿטרעטן אַ גרופּע אָנגעזעענע קלעזמער־פֿידלער בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער געשיכטע“ אין אַ מוזיקאַלישן ספּעקטאַקל. דער קאָנצערט, געשפּילט אָן אַן עולם אין זאַל, וועט מען טראַנסמיטירן אָנלײַן. עס וועלן אָנטייל נעמען די פֿידלער דבֿורה שטראַוס, ליסאַ גוטקין, זאָע אַקוואַ, דזשייק שולמאַן־מענט און קערין קלײַנמאַן. דער צימבל־שפּילער פּיט רושעווסקי, די אַקאָרדעאָן־שפּילערין קריסטינאַ קראַודער און דער באַס־שפּילער בראַנאָ ברינאַרסקי וועלן זיי באַגלייטן.
בילעטן $20 מוז מען באַשטעלן פֿון פֿריִער.
נײַנטער קאָנצערט לזכר חנה קופּער
הײַיאָר וועט מען אויסטיילן די פּרעמיע „חלומען אויף ייִדיש“ דעם אַקטיאָר, וואָרטקינסטלער, איבערזעצער און קולטור־טוער שיין בייקער. אינעם קינסטלערישן טייל פֿון דער פּראָגראַם וועלן בייקער און די זינגערין און אַקטריסע מרים־חיה סיגל אויפֿטרעטן מיט אַן אָריגינעלער פּראָגראַם פֿון קליינקונסט־טעאַטער.
דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 27סטן דעצעמבער, 8:00 אין אָוונט. בילעטן $20 מוז מען באַשטעלן פֿון פֿריִער.
מיטאָג־קאָנצערט מיט ווירע לאָזינסקי
די באַרימטע מאָלדאָווע־געבוירענע ישׂראלדיקע זינגערין ווירע לאָזינסקי וועט אויפֿטרעטן מיט ייִדישע לידער פֿון בעסעראַביע און פּוילן. עס וועט זי באַגלייטן אויף דער פּיאַנע אַלאַ דאַנציג.
דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען מאָנטיק, דעם 28סטן דעצעמבער, 12:30 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט. בילעטן $10 מוז מען באַשטעלן פֿון פֿריִער.
קאָנצערט פֿון אוקראַיִניש־ייִדישער און מוסולמענישער מוזיק
אוקראַיִנע האָט, במשך פֿון הונדערטער יאָרן, געהאַט סײַ אַ גרויסע ייִדישע באַפֿעלקערונג אינעם תּחום המושבֿ, סײַ אַ גרויסע מוסולמענישע באַפֿעלקערונג אין קרים. אינעם קאָנצערט „פֿונעם שוואַרצן ים ביז ברײַטאָן־ביטש“ וועט מען הערן אַ צונויפֿגאָס פֿון טאָטערישע און ייִדישע מוזיקאַלישע טראַדיציעס. עס וועלן אויפֿטרעטן די אוקראַיִנישע ייִדישע זינגערין זשעניע לאַפּאָטניק, דער פֿידלער נאַרימאַן אַסאַנאָוו און דער טרומייט־שפּילער רוסטעם פֿייזאָוו פֿונעם ניו־יאָרקער קרימער טאָטערישן אָרקעסטער, דער קלאַרנעט־שפּילער אַנדריי מילאַווסקי פֿון די קאַרפּאַטן, און די קלעזמער־מוזיקער איליאַ שנייווײַס (אַקאָרדעאָן) און פּיט רושעווסקי (צימבל).
די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען מאָנטיק, דעם 28סטן דעצעמבער, 8:00 ניו־יאָרקער צײַט. בילעטן $20 מוז מען באַשטעלן פֿון פֿריִער.
חסידישע ניגונים באַגלייט פֿון אַן אומדערוואַרטן אינסטרומענט
דער „ניגונים־טריאָ“, וואָס באַשטייט פֿונעם זינגער לאָרין סקלאַמבערג, דעם טרומייט־שפּילער פֿרענק לאָנדאָן און דעם פּיאַנע־ און טערעמין־שפּילער דוד שווימער, וועט אויפֿטרעטן מיט חסידישע ניגונים אויפֿגעפֿירט אויף אַן אייגנאַרטיקן אופֿן.
דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 29סטן דעצעמבער, 8:00 אין אָוונט. בילעטן $20 מוז מען באַשטעלן פֿון פֿריִער.
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor