ווידעאָ: זשורנאַליסט יצחק לודען זינגט לידער פֿון דער „מעדעם־סאַנאַטאָריע“WATCH: Journalist Itzhak Luden z”l shares songs from the Medem Sanatorium
אין איין פּאַראָדיע, מאַכן די קינדער חוזק פֿון דער וועטער־סטאַנציע ביז מע הערט אַ דונער.

Image by Yiddish Book Center
די טעג פֿאַלט אויס דרײַ יאָר זינט עס איז אַוועק אין דער אייביקייט דער גרויסער ייִדישער זשורנאַליסט און קולטור־טוער יצחק לודען ז׳׳ל.
ווי לודען האָט אָפֿט אַליין דערציילט, האָט קיין שום אינסטיטוציע ניט געהאַט אַ גרעסערע ווירקונג אויף זײַן לעבן ווי די „מעדעם־סאַנאַטאָריע“, דער בונדישער לערן־אַנשטאַלט, וווּ מע האָט סײַ געהיילט קינדער מיט טובערקולאָז און אַנדערע קראַנקייטן, סײַ זיי פּרובירט צו פֿאַרוואַנדלען אין צוקונפֿטדיקע בונדיסטן.
די קינדער פֿון דער „מעדעם־סאַנאַטאָריע‟ זענען געווען באַרימט פֿאַר זייערע לידער, סקיצן און פּאַראָדיעס. אין 2014 האָט קריסטאַ וויטני, די דירעקטאָרשע פֿונעם פּראָיעקט פֿון געשיכטע־בעל־פּה בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, געמאַכט אַן אינטערוויו מיט יצחק לודען. אויבן, אין אַן אויסצוג פֿונעם אינטערוויו, זינגט ער אַ פּאָר פֿון די פּאַראָדישע לידער, וואָס די קינדער פֿלעגן דאָרטן זינגען, אַרײַנגערעכנט איינעם, אין וועלכן די קינדער מאַכן חוזק פֿון דער סאַנאַטאָריעס מעטעאָראָלאָגישער סטאַנציע — ביז זיי דערהערן אַ דונער.
אין אַ צווייטן אויסצוג פֿונעם אינטערוויו באַצייכנט לודען די „מעדעם־סאַנאַטאָריע“ ווי דער „דימענט‟ פֿונעם ייִדישיסטישן דערציִונגס־וועזן.
נאָך דער פֿאַרטיליקונג פֿון דער „מעדעם־סאַנאַטאָריע‟ דורך די דײַטשן אין 1942 האָבן די קינדער וואָס האָבן זיך אַמאָל געלערנט אין דעם אַנשטאַלט געשטרעבט אים צו פֿאַראייביקן. צווישן זייערע אויפֿטוען איז געווען דאָס ריזיקע יזכּור־בוך, וואָס לודען האָט געהאָלפֿן צוגרייטן צום דרוק.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
