Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

בוך באַשרײַבט טאָג־טעגלעך לעבן פֿון אַ כּמעט פֿאַרטיליקטער ייִדישער עדהBook describes daily life of a nearly wiped-out Jewish community

וועלוול טשערנינס מאָנאָגראַף וועגן די קרימטשאַקער ייִדן איז אויפֿן סמך פֿון זײַנע פֿעלד־פֿאָרשונגען במשך פֿון די 1970ער און אָנהייב 1980ער יאָרן.

אויפֿן האַלב־אינדזל קרים, דעם עפּיצענטער פֿונעם אָנגייענדיקן מחלוקת צווישן רוסלאַנד און אוקראַיִנע, וווינען נאָך אַלץ אַרום 300 קרימטשאַקן — אַן אוניקאַלע ייִדישע עדה, וואָס האָט געליטן בעתן חורבן מער, ווי וועלכע־ניט־איז אַנדערע ייִדישע גרופּע, וואָס שייך דער פּראָפּאָרץ אומגעקומענע. איבער דער גאָרער וועלט זענען הײַנט פֿאַרשפּרייט אַרום 1,500 קרימטשאַקן; בלויז אַ פּאָר הונדערט פֿון זיי געדענקען נאָך זייער מאַמע־לשון — אַ ייִדישן וואַריאַנט פֿון קרים־טאָטעריש.

צום באַדויערן, בלײַבן זיי איינע פֿון די קלענסטע און ווייניק באַקאַנטסטע ייִדישע גרופּעס. ס׳איז לעצטנס אַרויס אַ בוך אויף רוסיש וועגן די קרימטשאַקן, „פֿון קרימישע העפֿטן”, אָנגעשריבן פֿונעם ייִדיש־רוסישן פּאָעט און שרײַבער וועלוול טשערנין, אויפֿן סמך פֿון זײַנע נאָטיצן פֿון פֿעלד־פֿאָרשונגען, וואָס ער האָט דורכגעפֿירט אין די 1970ער און אָנהייב 1980ער יאָרן. דאָס בוך, וואָס איז אויף רוסיש, האָט אַרויסגעגעבן דער תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, בשותּפֿות מיטן „אייראָ־אַזיאַנטישן ייִדישן קאָנגרעס‟.

לויטן חשבון פֿון „יד־ושם‟ זענען 70 פּראָצענט פֿון די קרימטשאַקן פֿאַרטיליקט געוואָרן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. דערצו האָט סטאַלינס רעגירונג געפֿערלעך גערודפֿט די קרימישע טאָטערן פֿאַר זייער כּלומרשטיקער קאָלאַבאָראַציע מיט די נאַציס, אַנטי־סאָוועטישע און פּראָ־טערקישע שטימונגען. הגם בלויז בערך יעדער צענטער קרימישער טאָטער האָט געשטיצט די דײַטשישע אָקופּאַנטן, האָט סטאַלין באַפֿוילן אין מײַ 1944 זיי אַלע צו פֿאַרשיקן אין אַנדערע ראַיאָנען פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אַ סך פֿון זיי זענען דערשאָסן געוואָרן פֿאַרן נישט וועלן פֿאַרלאָזן זייער היים אָדער זענען אומגעקומען אין די נײַע מקומות צוליב די זייער שלעכטע לעבנס־באַדינגונגען און שווערער צוואַנגאַרבעט. לויט פֿאַרשיידענע חשבונות, זענען מחמת דער מאַסן־דעפּאָרטאַציע געשטאָרבן צווישן 20 און 46 פּראָצענט קרימישע טאָטערן.

krymchak

הרבֿ חיים חזקיהו מעדיני (אין מיטן), אַ גײַסטיקער פֿירער פֿון די קרימטשאַקער ייִדן, מיט זײַן משפּחה איידער זיי האָבן עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל (דאָס יאָר איז אומבאַקאַנט) Image by wikipedia

ווי באַלד די קרימטשאַקן רעדן בעצם אויף קרים־טאָטעריש מיט אַ ייִדישן טעם, האָט זיי געדראָט אַ טאָפּלטער חורבן. אָפֿטמאָל, כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון סטאַלינישע רדיפֿות, האָבן זיי געמוזט דערקלערן און דערווײַזן, אַז זיי זענען דווקא ייִדן, הגם פֿאַר דער מלחמה האָבן זיי זיך טראַדיציאָנעל באַטראַכט ווי אַ באַזונדער צי אַ האַלב־באַזונדער פֿאָלק. „ייִדן‟ האָט בײַ זיי געמיינט אַשכּנזים. אַ ממשותדיקער טייל פֿון טשערנינס בוך איז געווידמעט דער דאָזיקער טעמע; פֿאַר ס׳רובֿ קרימטשאַקן האָט דאָס רוסישע וואָרט евреи (ייִדן) זיך אַסאָציִיִרט מיט דער ייִדישער שפּראַך און דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן נוסח ייִדישקייט, וואָס האָט אין זייערע אויגן אויסגעזען פֿרעמד. אָפֿטמאָל האָבן זיי נישט געוואָלט אַפֿילו אַרײַנקומען אין אַן אַשכּנזישער שיל. הגם קרים איז אינעם געאָגראַפֿישן זין אויך אַ טייל פֿון מיזרח־אייראָפּע, איז דער דאָזיקער ראַיאָן היסטאָריש טיף פֿאַרבונדן מיט דער איסלאַמיש־טערקישער קולטור.

הגם אַ גאַנצער אָפּטייל פֿון טשערנינס ווערק איז געווידמעט דער שפּראַכלעכער טעמע, ווערן דאָרט באַהאַנדלט, דער עיקר, די סאָציאָ־לינגוויסטישע באַציִונגען צווישן קרימטשאַקיש, קרים־טאָטעריש און לשון־קודש. באַזונדערס אינטערעסאַנט זענען לעבעדיקע שילדערונגען פֿונעם סאָוועטיש־ייִדישן לעבן: דאָס איז, לויט מײַן מיינונג, די הויפּט־מעלה פֿונעם בוך. אַנשטאָט גריבלענישן אינעם ווײַטן עבֿר, באַשרײַבט דער מחבר דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון סאָוועטישע קרימטשאַקן ווי, למשל, די מינהגים פֿונעם „טקון‟ — אַזוי רופֿט זיך אָן בײַ זיי, אויפֿן סמך פֿונעם לשון־קודשדיקן טערמין „תּיקון‟, אַ פּערזענלעכער אָדער קאָלעקטיווער יאָרצײַט. גאָר וויכטיק איז די טראַדיציע פֿונעם יערלעכן טקון לזכר די 1,500 קרימטשאַקן, דערשאָסן דורך די נאַציס לעבן סימפֿעראָפּאָל דעם 11טן דעצעמבער 1941.

גאָר אינטערעסאַנט און נאָך ווייניק אויסגעפֿאָרשט איז דער פֿאַקט, אַז „טים־שאַבאַט‟, חמישה־עשׂר־בשבֿט, איז געווען בײַ די קרימטשאַקן איינער פֿון זייערע וויכטיקסטע יום־טובֿים. טשערנינס אינפֿאָרמאַנטן האָבן באַטאָנט, אַז חמישה־עשׂר איז „דאָס קרימטשאַקישע נײַ־יאָר‟.

די קרימטשאַקן זענען איינע פֿון צוויי ייִדישע עדות, וואָס האָבן גערעדט אויף אַ טורקמענישער שפּראַך. קרימטשאַקיש איז אַ וואַריאַנט פֿון קרים־טאָטעריש מיט לשון־קודשדיקע ווערטער און אַנדערע ספּעציפֿישע עלעמענטן. בעת טשערנינס פֿאָרשונגען, האָבן די אינפֿאָרמאַנטן אויך דערציילט וועגן „פּערסישע קרימטשאַקן‟. דער פֿאָרשער איז זיך משער, אַז דאָס זענען געווען, אַפּנים, ייִדן פֿון צפֿון־איראַן, וואָס האָבן גערעדט אויף אַן ענלעכן לשון — אַזערבײַדזשאַניש. צי טרעפֿן זיך נאָך אין איראַן ייִדישע אַזערבײַדזשאַניש־רעדער איז אַ גוטע פֿראַגע; אויף וויפֿל איך ווייס, רעדן ייִדן דאָרט הײַנט אויף פּערסיש, ייִדיש־פּערסישע דיאַלעקטן און טיילווײַז ייִדיש־אַראַמיש.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.