ווידעאָ: חנוכּה־פּיוטים פֿון פּוילן, אַמעריקע, מאַראָקאָ און אַרגענטינעWATCH: Hanukkah hymns from Poland, the US, Morocco and Argentina
הערט ווי עס קלינגט „מעוז צור‟ ווען אַנדערע ייִדישע עדות זינגען עס.
מיט די חנוכּה־ און פּסח־לידער איז שטענדיק אינטערעסאַנט צו פֿאַרגלײַכן ווי אַזוי פֿאַרשידענע ייִדישע עטנישע גרופּעס האָבן אײַנגעגלידערט די אוראַלטע לידער און זיי צוגעפּאַסט צו די מוזיקאַלישע סטילן פֿון זייער אַרום.
מיר הייבן אָן מיט אַ פּיוט, וואָס איז מסתּמא דער סאַמע עלטסטער; ווי אַלע באַקאַנטע פּיוטים, האָבן די ייִדן פֿון פֿאַרשידענע לענדער געזונגען „מעוז צור‟ מיט באַזונדערע מעלאָדיעס. אָט קענט איר הערן ווי דער אַרגענטינער חזן פּנחס באָרענשטיין זינגט אים, באַגלייט דורך אַ כאָר.
די בראָסלעווער חסידים האָבן זייער אייגענעם ניגון אויף „מעוז צור‟. אָט שפּילט דער חסידישער מוזיקער יחיאל פֿראַנק דעם ניגון אויפֿן קלאַרנעט.
אין מאַראָקאָ האָט מען געזונגען דעם פּיוט אויף גאָר אַן אַנדער שטייגער. הערט ווי אַ טראַדיציאָנעלע מאַראָקאַנער קאַפּעליע פֿירט אויף „מעוז צור‟. עס זינגט הרבֿ מני מימון כּהן.
נאָך אַן אור־אַלטן פּיוט, וואָס מע זינגט אום חנוכּה איז „הנרות הללו‟. אָט זינגט דער גרויסער וואַרשעווער חזן גרשון סיראָטע „הנרות הללו‟, באַגלייט פֿון אַ כאָר.
חזן סיראָטע איז געווען צווישן די סאַמע באַקאַנטסטע חזנים אויף דער וועלט אין די 1910ער און 1920ער יאָרן און איז אויפֿגעטראָטן אין צענדליקער לענדער, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ ער האָט געזונגען אין „קאַרנעגי־האָל‟. ער איז אומגעקומען על־קידוש־השם, אַ קעמפֿער אינעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, צו 69 יאָר.
דער באַקאַנטסטער חזן פֿון דער „גאָלדענער תּקופֿה‟ פֿון חזנות איז מסתּמא געווען יאָסעלע ראָזענבלאַט, וואָס האָט רעקאָרדירט אַ סך חנוכּה־לידער. גאָר אינטערעסאַנט איז זײַן נוסח פֿון „יוונים‟, באַגלייט פֿון משוררים.
די אַלטע טראַדיציאָנעלע חנוכּה־לידער ווערן עד־היום אָפּגעהיט אין דער חסידישער וועלט. הערט אַ פּאָר פֿונעם מונקאַטשער כאָר:
הגם כּמעט אַלע קענען דאָס גאָר באַקאַנטע דזשודעזמע חנוכּה־ליד „אַכט ליכטלעך‟, זענען דאָ צענדליקער אַנדערע אַלטע פֿאָלקסלידער וועגן חנוכּה אין דער ספֿרדישער טראַדיציע — אַ סך מער ווי אין דער אַשכּנזישער. אָט זינגט דזשודי פֿרענקל איר נוסח פֿון איינעם פֿון זיי.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO