Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די „פּאָזען־ביבליאָטעק‟ — די גרעסטע הײַנטיקע אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער שעפֿערישקײטThe Posen Library – the greatest anthology of Jewish creativity today

דער אַמביציעזער פּראָיעקט ברענגט צונױף טױזנטער ייִדישע שטימען פֿון פֿאַרשיידענע היסטאָרישע תּקופֿות און װינקלען פֿון דער ייִדישער װעלט

אַנטאָלאָגיעס האָבן געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין אױספֿורעמען די מאָדערנע ייִדישע קולטור. „ספֿר האגדה‟ פֿון חיים נחמן ביאַליק און יהושע חנא ראַװניצקי, למשל, איז געװאָרן אַ װיכטיקער בײַטראָג אין דער שאַפֿונג פֿון דער נײַער העברעיִשער ליטעראַטור. „דער אוצר ייִדישע דערצײלונגען‟ פֿון איורװינג האַו און אליעזר גרינבערג האָט אַנטפּלעקט די ייִדיש־ליטעראַטור פֿאַרן ענגליש־רעדנדיקן עולם. „די ייִדישע דיכטערינס‟ פֿון עזרא קאָרמאַן בלײַבט עד־היום די װיכטיקסטע זאַמלונג פֿון דער פּאָעטישער שאַפֿונג פֿון ייִדישע פֿרױען (און אַ באַליבטער צילברעט פֿון דער פֿעמיניסטישער קריטיק).

די „פּאָזען־ביבליאָטעק פֿון דער ייִדישער קולטור און ציװיליזאַציע‟ איז ממשיך די דאָזיקע טראַדיציע. די צען בענד, יעדער אײנער פֿון בערך אײן טױזנט זײַטן, באַטרעפֿן אַן איבערזיכט פֿון דער גאַנצער ייִדישער געשיכטע, פֿון יציאת־מצרים ביזן אָנהײב 21סטן יאָרהונדערט. דער פּראָיעקט האָט זיך אָנגעהױבן מיט בערך צװאַנציק יאָר צוריק, און עד־היום זײַנען אַרױס פֿיר בענד. זײ נעמען אַרײַן די מאָדערנע תּקופֿה, מיט אַן אױסנאַם פֿון דעם פּעריאָד צװישן 1881 און 1917. די בענד זײַנען פּרעכטיק אַרױסגעגעבן מיט אַ סך פֿאַרביקע בילדער, און דערפֿאַר קאָסטן זײ טאַקע נישט ווייניק.

אָבער פֿאַרן ברײטן עולם איז כּמעט דער גאַנצער אינהאַלט פֿון דער „פּאָזען־ביבליאָטעק‟ צוטריטלעך אױף דער אינטערנעץ בחינם. דער דאָזיקער רעסורס, ווען ער איז פֿאַרענדיקט, װעט זײַן ספּעציעל נוצלעך פֿאַר לערער און סטודענטן. צוליב דעם זײַנען דאָ ספּעציעלע דיגיטאַלע כּלים, װאָס העלפֿן אָרגאַניזירן און שטודירן די מקורים אױף לעקציעס און אין קלײנע חבֿרותות. און יעדער אײנער, װאָס האָט אַן אינטערעס אין דער ייִדישער קולטור, קען זיך לאָזן זוכן איבער דער וועבזײַט און דערבײַ אָנקומען צו אָן אָ שיעור טעקסטן און אימאַזשן.

די „פּאָזען־ביבליאָטעק‟ איז כּולל טױזנטער מקורים: ליטעראַרישע װערק, פּריװאַטע און אָפֿיציעלע דאָקומענטן, רעדעס, אַרטיקלען וכּדומה, װאָס שטאַמען פֿון אַלע תּקופֿות און װינקלען פֿון דער ייִדישער װעלט. יעדער פֿראַגמענט איז באַגלײט מיט אַ קורצער ביאָגראַפֿישער הקדמה װעגן דעם מחבר. די מעלה פֿון דער דרוק־אױסגאַבע איז וואָס מע קען זי לײענען אַ זײַט נאָך אַ זײַט אָדער סתּם דורכבלעטערן די פּרעכטיקע ביכער. פֿון דעם באַקומט מען אַן אַרומנעמיקן אײַנדרוק פֿון דער דינאַמישער אַנטװיקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. דער דיגיטאַלער נוסח האָט אַן אַנדער מעלה. לױט די זוכװערטער איז גרינגער צו זוכן דאַטעס, טעמעס אָדער זשאַנערס, און שאַפֿן אײגענע טעקעס מיט געהעריקע מאַטעריאַלן.

די סעריע ביכער לאָזט דעם לײענער דערקענען דעם רײַכטום פֿון דער ייִדישער קולטור און װעקט אױף דעם באַגער צו פֿאָרשן װײַטער. מען לײענט אַ קורצן פֿראַגמענט פֿון אַ מחבר אָדער מען זעט אַ בילד פֿון אַ קינסטלער, װאָס מען האָט ביז דעמאָלט ניט געהערט װעגן אים אָדער איר, און מען װיל װיסן מער. דאָס איז אפֿשר די גרעסטע פּעדאַגאָגישע און דערציִערישע מעלה פֿונעם דאָזיקן פּראָיעקט. עס װאָלט, אַגבֿ, געװען נוצלעך אין דער צוקונפֿט צוצוגעבן מער פּרטימדיקע ביבליאָגראַפֿישע אינפֿאָרמאַציע מיט עלעקטראָנישע פֿאַרבינדונגען צו די פֿאַראַנענע װערק פֿון די מחברים.

דער לײענער געפֿינט דאָ אַ װוּנדערלעכע פֿילזײַטיקײט פֿון ייִדישע שטימען. אײניקע געהערן צו דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקײט, װי למשל הרבֿ יוסף בער סאָלאָװײטשיק. אַנדערע זײַנען גאַנץ װײַט אױף די ראַנדן פֿון ייִדישע רעליגיעזע אָדער נאַציאָנאַלע דאגות, װי דער רוסישער שרײַבער באָריס פּאַסטערנאַק. ניט אַלע פֿראַגמענטן האָבן דירעקט צו טאָן מיט ספּעציפֿיש ייִדישע ענינים, אָבער זײ אַלע האָבן אַ שײכות מיט אַלגעמײנע פּראָבלעמען, װאָס באַטרעפֿן די ייִדן.

אַזױ למשל האָט מען אַרײַנגענומען חנה אַרענדטס קאָנטראָווערסאַלן עסײ „באַטראַכטונגען װעגן ליטל ראָק‟. זי האָט דערין געטענהט, אַז דער פּאָליטישער קאַמף קעגן ראַסן־סעגרעגאַציע אינעם אַמעריקאַנער דרום דאַרף זיך ניט אַרײַנמישן אין דער פּריװאַטער ספֿערע. זי האַלט, אַז „אױב איך, װי אַ ייִדישע פֿרױ, װיל פֿאַרברענגען מײַנע װאַקאַציעס אױסשליסלעך צװישן ייִדן, איז פֿאַר װאָס זשע זאָלן אַנדערע קוראָרטן ניט מעגן באַדינען קליענטן, װאָס װילן ניט זען קײן ייִדן אױף זײערע װאַקאַציעס?‟ אַרענדט האָט געהאַלטן, אַז סעגרעגאַציע איז ניט לעגאַל אינעם עפֿנטלעכן רױם, אַזאַ װי טראַנספּאָרט, מוזײען, טעאַטערס וכדומה, אָבער מעגלעך אין פּריװאַטע אַסאָציאַציעס, קלובן און האָטעלן. אין 1959 האָט אַרענדטס מיינונג אַרױסגערופֿן אַ שאַרפֿע קריטיק מצד די קעמפֿער פֿאַר די בירגעררעכט פֿון אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, אָבער זי פֿאַרבלײַבט װיכטיק װי אַ היסטאָרישער פֿאַקט, װאָס שפּיגלט אָפּ דעם געדאַנקענגאַנג פֿון אײנער פֿון די חשובֿסטע דענקערינס פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט.

װען מען קוקט זיך טיפֿער אַרײַן אינעם אױסקלײַב פֿון די מאַטעריאַלן דורך די רעדאַקטאָרן פֿון דער „פּאָזען־ענציקלאָפּעדיע‟, באַמערקט מען אַ געװיסן אידעאָלאָגישן פֿאָראורטל לטובֿת דער װעלטלעכקײט. די פֿילזײַטיקײט האָט געװיסע גרענעצן װען עס קומט צום הײַנטיקן חסידות. מען קען יאָ געפֿינען אין דער „ביבליאָטעק‟ אַ פֿראַגמענט פֿונעם זעקסטן לובאַװיטשער רבי ר’ יוסף יצחק שניאורסאָן, אָבער עס פֿעלט דאָ לגמרי דער זיבעטער רבי, ר’ מנחם מענדל, װאָס האָט בלי־ספֿק געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אױף דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער קולטור. אומזיסט װעט מען זוכן אונטער זוך־װערטער סאַטמער, באָבאָװ, אָדער סקװירא. חסידות װערט דאָ פֿאָרגעשטעלט װי אַ היסטאָרישער פֿענאָמען פֿונעם ייִדישן עבֿר, אָבער ניט װי אַ לעבעדיקער באַשטאַנדטײל פֿונעם ייִדישן הײַנט.

דער דאָזיקער ריזיקער פּראָיעקט איז אַן אױפֿטו פֿון דער רעדאַקציע, װאָס באַשטײט פֿון די גרעסטע מומחים אױף פֿאַרשײדענע געביטן פֿון ייִדישע לימודים בראָש מיט דער הױפּט־רעדאַקטאָרין, פּראָפֿעסאָר דבֿורה דאַש מור. עס װערט געשטיצט דורך דער „פּאָזען־פֿונדאַציע‟, װאָס איז געשאַפֿן געװאָרן דורך דעם באַקאַנטן ייִדישן פֿילאַנטראָפּ פֿעליקס פּאָזען. די „ביבליאָטעק‟ פֿאַרקערפּערט זײַן אַני־מאמין — אַז ייִדישע בילדונג איז דאָס רעכט פֿון יעדן ייִד.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.