Yakob Basner by the Forward

אַ שמועס מיטן לאַנגיאָריקן ייִדיש־לערער אין דרום־קאַליפֿאָרניע — יעקבֿ באַסנער

Chatting with veteran southern California Yiddish teacher, Yakob Basner

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש

דעם 19טן נאָװעמבער 2020 האָב איך געהאַט דעם פֿאַרגעניגן צו רעדן מיט יעקבֿ באַסנער, אַ באַקאַנטן ייִדיש־לערער און לעבן געבליבענעם אין לאָס־אַנדזשעלעס.

באַסנער איז געבוירן געוואָרן אין 1927 בײַ אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה אין ריגע, לעטלאַנד. די יאָרן נאָך דעם וואָס די סאָװעטן האָבן „באַפֿרײַט“ ריגע זײַנען געװען שװער און געפֿערלעך, און ייִדיש איז מער ניט געװען אָנגענומען.

„איין מאָל איז פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט,“ האָט באַסנער געזאָגט דעם פֿאָרווערטס. „בשעת דעם איבעררײַס האָבן מיר זיך געטראָפֿן מיט עטלעכע ישׂראלדיקע אין עולם. מיר האָבן ניט געװוּסט אַז זײ זײַנען געװען פֿון דער אַמבאַסאַדע. זײ האָבן אונדז געגעבן אַ קייטעלע – אַ סוּװעניר פֿון ישׂראל. און אַז מיר זײַנען אַהײמגעגאַנגען, זײַנען די געהײמפּאָליציסטן אונדז שוין נאָכגעגאַנגען. מיר זײַנען אַנטלאָפֿן – אַניט, װאָלט מען אונדז זיכער אַרעסטירט.“

באַסנער האָט פּלאַנירט אַז ווי נאָר ס׳וועט ווערן מעגלעך אַרויסצופֿאָרן פֿון לעטלאַנד, וועט ער עולה זײַן קיין ישׂראל, אָבער זײַן טאָכטער האָט שטאַרק געװאָלט פֿליִען קײן אַמעריקע. האָט ער געפֿאָלגט די משפּחה און איז געקומען קײן לאָנג ביטש, קאַליפֿאָרניע. ער האָט גלײַך אָנגעהױבן זוכן ייִדיש־רעדנדיקע חבֿרים און ס׳האָט ניט געדויערט קײן סך צײַט צו געפֿינען אַ פֿײַנע סבֿיבֿה:

„אין דער קהילה איז דאָ געװען אַ ייִדיש־גרופּע,“ האָט באַסנער געזאָגט. “בין איך בין געקומען אױף אַן אָװנט מיט זיי און געהאַלטן דאָרטן אַ לעקציע. זײ האָבן מיר גלײַך אַרײַנגענומען צו זיך.“ מיר האָבן אָנגעהױבן שפּילן, צו לײענען. שפּעטער האָט ער אַלײן אָנגעפֿירט די גרופּע.

אַ טייל פֿון די באַטייליקטע זענען געװען מענטשן פֿון ביאַליסטאָק און פֿון אַנדערע ערטער װוּ מע האָט אַ מאָל גערעדט ייִדיש, און דאָס האָט געהאָלפֿן שאַפֿן אַ היימיש געפֿיל.

באַסנער האָט דערציילט וועגן די אַמאָליקע ייִדישע רעסטאָראַנען און אַלטע ייִדישע קראָמען אין לאָס־אַנדזשעלעס. איינער האָט געהייסן Label’s Table. אַ צווייטער — Milky Way — איז געווען אַ מילכיקער רעסטאָראַן.

„מע האָט דאָ טאַקע געקאָנט פֿירן אַ ייִדיש לעבן,“ האָט ער געזאָגט. אין גיכן איז ער געװאָרן אַ לערער פֿון ייִדיש און האָט געלערנט ניט נאָר אין לאָנג ביטש, נאָר אױך אין און אַרום לאָס־אַנדזשעלעס.

במשך פֿון די יאָרן האָט ער שוין געהאַט נאָענט צו צװײ טױזנט סטודענטן. ער האָט געגעבן לעקציעס און געלערנט ייִדיש אין שולן, סינאַגאָגעס און אַנדערע גרופּעס. ס׳זענען אויכעט געקומען יונגע לײַט אויף די לעקציעס וואָס האָבן נישט פֿאַרשטאַנען קײן װאָרט ייִדיש. אײנע פֿון זײ איז געװען אַ פֿרױ װאָס איז שפּעטער געװאָרן אַ סעקרעטאַרין בײַ דעם ייִדישן זשורנאַל „דער חשבון“.

עטלעכע יונגע מענטשן וואָס זענען געקומען אויף זײַנע לעקציעס האָבן אים באַגריסט נאָך דער רעדע און זיך באַקלאָגט געהאַט וואָס זייערע עלטערן האָבן זײ ניט אױסגעלערנט קיין ייִדיש װײַל זײ — די עלטערן — האָבן געמײנט אַז ייִדיש איז ניט נײטיק, אַז מע דאַרף מאַכן אַ לעבן און זיך אױסלערנען נאָר ענגליש.“

באַסנער לערנט עד־היום בײַם אַרבעטער־רינג אין לאָס־אַנדזשעלעס. ער זאָגט אַז די קלאַסן פֿאַר אָנהײבערס זענען הײַנט גרעסער װי פֿריִער — בפֿרט זינט דעם אויסברוך פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס עפּידעמיע. אין קאַליפֿאָרניע, װוּ מענטשן זײַנען צעזײט און צעשפּרײט און װוּ אַלצדינג איז װײַט, קומט איצט „זום“ שטאַרק צו הילף: „מע פֿלעגט פֿאָרן פֿון װײַט צו קומען אין קלאַס. אינעם ייִדיש־קלוב וואָס קומט פֿאָר דעם ערשטן דאָנערשטיק פֿון חודש פֿלעגן געוויינטלעך קומען אומגעפֿער צען, אפֿשר צװעלף מענטשן. דאָס לעצטע מאָל, אַז מע האָט געפֿירט דעם קלוב דורך „זום“, זענען אָבער געװען מער װי צװאַנציק מענטשן װײַל זײ דאַרפֿן ניט גײן און ניט פֿאָרן – זײ זיצן בײַ זיך אין שטוב.“

װען איך האָב געפֿרעגט װאָס פֿאַר אַן עצה האָט ער פֿאַר יונגע לערערס פֿון ייִדיש, האָט באַסנער געענטפֿערט: „װען מען פֿרעגט מיך, װוּ האָסטו זיך געלערנט? זאָג איך: איך האָב זיך געלערנט אין דעם לעבן־אוניװערסיטעט. אױב דו גיסט אַ קוק אין אַ װערטערבוך, װעסטו געפֿינען פֿאַר יעדן ענגליש וואָרט אפֿשר דרײַ, פֿיר, פֿינעף באַדײַטן פֿון דעם זעלבן װאָרט. דאָס לערן איך זײ – זײ זאָלן פֿאַרשטײן װי אַזױ אױסצוקלײַבן דאָס ריכטיקע װאָרט.“

„בײַ מיר איז ייִדיש די שפּראַך פֿון מײַנע קינדעריאָרן. איך האָב זיך אַלײן אױסגעלערנט צו לײענען די ייִדישע צײַטונג װאָס איז אַרױסגעגאַנגען אין ריגע, ׳הײַנט בײַ טאָג׳. ער געדענקט נאָך זײַן ערשטן ייִדיש־לערער — אבֿרם באַרמזל. „װען איך בין געקומען אין ריגע אין 1990, האָט מען מיך געבעטן אויפֿטרעטן אין ייִדיש־קלוב. ס׳זײַנען געקומען אַ סך מענטשן. גיב איך אַ קוק – אָט זיצט באַרמזל. איך האָב גלײַך אָפּגעשטעלט מײַן לעקציע און אים געגעבן אַ שמייכל. ער האָט זיך גלײַך צעװײנט.“

באַסנערס װײַב, מיט װעמען ער האָט געלעבט 68 יאָר און װאָס איז געשטאָרבן מיט פֿיר יאָר צוריק, האָט אױך גערעדט מאַמע־לשון. זײ האָבן אַלעמאָל גערעדט ייִדיש אין שטוב און אַזױ האָבן זייערע צװײ טעכטער זיך אױך אױסגעלערנט ייִדיש.

„אױב דו װילסט זיך לערנען די געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, איז װיכטיק צו פֿאַרשטײן ייִדיש ווײַל דאָס איז געװען זייער שפּראַך.“

מען װאָלט געקאָנט שרײַבן אַ ראָמאַן װעגן יאַקאָבס לעבנס־געשיכטע. אױב איר װילט זיך דערװיסן מער װעגן זײַנע קינדעריאָרן אין לעטלאַנד, װעגן װי אַזױ ער האָט איבערגעלעבט דעם חורבן, און װעגן זײַן לעבן אונטער דער סאָװעטישער אָקופּאַציע, קענט איר דאָס הערן אין דעם ווײַטערדיקן אינטערוויו וואָס קריסטאַ װיטני האָט מיט אים געפֿירט דורכן ייִדישן ביכער־צענטער:


יאַנאַ מאַזורקיעוויטש־מײַסאַראָש איז די גרינדערין פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿון קינסטלער און אַקאַדעמיקערס אין צפֿון־אַמעריקע‟ אין סאַן־דיִעגאָ און אַ דאָקטאָראַנטקע אין מישיגענער אוניװערסיטעט, אַן אַרבאָר.

אַ שמועס מיטן לאַנגיאָריקן ייִדיש־לערער אין דרום־קאַליפֿאָרניע — יעקבֿ באַסנער

Your Comments

The Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. All readers can browse the comments, and all Forward subscribers can add to the conversation. In the interest of maintaining a civil forum, The Forward requires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not and will be deleted. Egregious commenters or repeat offenders will be banned from commenting. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and the Forward reserves the right to remove comments for any reason.

Recommend this article

אַ שמועס מיטן לאַנגיאָריקן ייִדיש־לערער אין דרום־קאַליפֿאָרניע — יעקבֿ באַסנער

Thank you!

This article has been sent!

Close