יעקבֿ באַסנער, באַליבטער ייִדיש־לערער אין דרום־קאַליפֿאָרניע, איז אַוועקYakob Basner, popular Yiddish teacher in Southern California, has died
במשך פֿון די יאָרן האָט באַסנער געהאַט נאָענט צו צװײ טױזנט סטודענטן.
יעקבֿ באַסנער, אַ לעבן געבליבענער פֿון חורבן און איבערגעגעבענער ייִדיש־לערער אין דרום־קאַליפֿאָרניע, איז אַוועק פֿון דער וועלט דאָנערשטיק, דעם 8טן סעפּטעמבער, אין עלטער פֿון 93 יאָר.
באַסנער האָט פֿאַראָבֿלט צוויי טעכטער, גוטע באַסנער און עליזאַבעט קאַרפּוך מיט איר מאַן, איליאַ, דרײַ אייניקלעך און פֿיר אור־אייניקלעך.
כאָטש ער האָט גוט געקענט ענגליש, רוסיש, לעטיש, העברעיִש און דײַטש אין דאָס ייִדישע לשון אים געווען ספּעציעל נאָענט צום האַרצן. בײַ אים איז געוואָרן ממש אַ שליחות איבערצוגעבן די ייִדישע שפּראַך און קולטור צו ייִנגערע דורות ייִדן, דורך זײַנע קלאַסן אינעם אַרבעטער־רינג אין לאָס־אַנדזשעלעס ווי אויך אַנדערע אָרטיקע יידישע אינסטיטוציעס.
ערשט דעם פֿאַרגאַנגענעם דעצעמבער האָט דער פֿאָרווערטס אָפּגעדרוקט דעם ווײַטערדיקן אַרטיקל וועגן יעקבֿ באַסנערן, וווּ ער האָט דערציילט וועגן עטלעכע פֿון זײַנע איבערלעבונגען ווי אַ יונגערמאַן אין לעטלאַנד און שפּעטער, ווי אַ ייִדיש־לערער אין אַמעריקע.
לייענט ווײַטער וואָס באַסנער האָט דעמאָלט דערציילט, און נאָכן אַרטיקל, זעט דעם ווידעאָ וואָס דער ייִדישער ביכער־צענטער האָט געמאַכט פֿון אים, וווּ ער דערציילט מער פּרטימדיק וועגן זײַן לעבנס־געשיכטע — און פֿאַרשטייט זיך, אַלץ אויף ייִדיש.
באַסנער איז געבוירן געוואָרן אין 1927 בײַ אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה אין ריגע, לעטלאַנד. די יאָרן נאָך דעם וואָס די סאָװעטן האָבן „באַפֿרײַט“ ריגע זײַנען געװען שװער און געפֿערלעך, און ייִדיש איז מער ניט געװען אָנגענומען.
„איין מאָל איז פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט,“ האָט באַסנער געזאָגט. „בשעת דעם איבעררײַס האָבן מיר זיך געטראָפֿן מיט עטלעכע ישׂראלדיקע אין עולם. מיר האָבן ניט געװוּסט אַז זײ זײַנען געװען פֿון דער אַמבאַסאַדע. זײ האָבן אונדז געגעבן אַ קייטעלע – אַ סוּװעניר פֿון ישׂראל. און אַז מיר זײַנען אַהײמגעגאַנגען, זײַנען די געהײמפּאָליציסטן אונדז שוין נאָכגעגאַנגען. מיר זײַנען אַנטלאָפֿן – אַניט, װאָלט מען אונדז זיכער אַרעסטירט.“
באַסנער האָט פּלאַנירט אַז ווי נאָר ס׳וועט ווערן מעגלעך אַרויסצופֿאָרן פֿון לעטלאַנד, וועט ער עולה זײַן קיין ישׂראל, אָבער זײַן טאָכטער האָט שטאַרק געװאָלט פֿליִען קײן אַמעריקע. האָט ער געפֿאָלגט די משפּחה און איז געקומען קײן לאָנג ביטש, קאַליפֿאָרניע. ער האָט גלײַך אָנגעהױבן זוכן ייִדיש־רעדנדיקע חבֿרים און ס׳האָט ניט געדויערט קײן סך צײַט צו געפֿינען אַ פֿײַנע סבֿיבֿה:
„אין דער קהילה איז דאָ געװען אַ ייִדיש־גרופּע,“ האָט באַסנער געזאָגט. „בין איך בין געקומען אױף אַן אָװנט מיט זיי און געהאַלטן דאָרטן אַ לעקציע. זײ האָבן מיר גלײַך אַרײַנגענומען צו זיך. מיר האָבן אָנגעהױבן שפּילן, צו לײענען.“ שפּעטער האָט ער אַלײן אָנגעפֿירט די גרופּע.
אַ טייל פֿון די באַטייליקטע זענען געװען מענטשן פֿון ביאַליסטאָק און פֿון אַנדערע ערטער װוּ מע האָט אַ מאָל גערעדט ייִדיש, און דאָס האָט געהאָלפֿן שאַפֿן אַ היימיש געפֿיל.
באַסנער האָט דערציילט וועגן די אַמאָליקע ייִדישע רעסטאָראַנען און אַלטע ייִדישע קראָמען אין לאָס־אַנדזשעלעס. איינער האָט געהייסן Label’s Table. אַ צווייטער — Milky Way — איז געווען אַ מילכיקער רעסטאָראַן.
„מע האָט דאָ טאַקע געקאָנט פֿירן אַ ייִדיש לעבן,“ האָט ער געזאָגט. אין גיכן איז ער געװאָרן אַ לערער פֿון ייִדיש און האָט געלערנט ניט נאָר אין לאָנג ביטש, נאָר אױך אין און אַרום לאָס־אַנדזשעלעס.
במשך פֿון די יאָרן האָט ער געהאַט נאָענט צו צװײ טױזנט סטודענטן. ער האָט געגעבן לעקציעס און געלערנט ייִדיש אין שולן, סינאַגאָגעס און אַנדערע גרופּעס. ס׳זענען אויכעט געקומען יונגע לײַט אויף די לעקציעס וואָס האָבן נישט פֿאַרשטאַנען קײן װאָרט ייִדיש. אײנע פֿון זײ איז געװען אַ פֿרױ װאָס איז שפּעטער געװאָרן אַ סעקרעטאַרין בײַ דעם ייִדישן זשורנאַל „דער חשבון“.
עטלעכע יונגע מענטשן וואָס זענען געקומען אויף זײַנע לעקציעס האָבן אים באַגריסט נאָך דער רעדע און זיך באַקלאָגט געהאַט וואָס זייערע עלטערן האָבן זײ ניט אױסגעלערנט קיין ייִדיש װײַל זײ — די עלטערן — „האָבן געמײנט אַז ייִדיש איז ניט נײטיק, אַז מע דאַרף מאַכן אַ לעבן און זיך אױסלערנען נאָר ענגליש.“
באַסנער האָט געזאָגט אַז די ייִדיש־קלאַסן פֿאַר אָנהייבערס בײַם אַרבעטער־רינג אין לאָס־אַנדזשעלעס זענען במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר געווען גרעסער װי פֿריִער — בפֿרט זינט דעם אויסברוך פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס עפּידעמיע. אין קאַליפֿאָרניע, װוּ מענטשן זײַנען צעזײט און צעשפּרײט און װוּ אַלצדינג איז װײַט, איז „זום“ שטאַרק צו הילף געקומען: „מע פֿלעגט פֿאָרן פֿון װײַט צו קומען אין קלאַס. אינעם ייִדיש־קלוב וואָס קומט פֿאָר דעם ערשטן דאָנערשטיק פֿון חודש פֿלעגן געוויינטלעך קומען אומגעפֿער צען, אפֿשר צװעלף מענטשן. דאָס לעצטע מאָל, אַז מע האָט געפֿירט דעם קלוב דורך „זום“, זענען אָבער געװען מער װי צװאַנציק מענטשן װײַל זײ דאַרפֿן ניט גײן און ניט פֿאָרן – זײ זיצן בײַ זיך אין שטוב.“
װען איך האָב געפֿרעגט װאָס פֿאַר אַן עצה האָט ער פֿאַר יונגע לערערס פֿון ייִדיש, האָט באַסנער געענטפֿערט: „װען מען פֿרעגט מיך, װוּ האָסטו זיך געלערנט? זאָג איך: איך האָב זיך געלערנט אין דעם לעבן־אוניװערסיטעט. אױב דו גיסט אַ קוק אין אַ װערטערבוך, װעסטו געפֿינען פֿאַר יעדן ענגליש וואָרט אפֿשר דרײַ, פֿיר, פֿינעף באַדײַטן פֿון דעם זעלבן װאָרט. דאָס לערן איך זײ – זײ זאָלן פֿאַרשטײן װי אַזױ אױסצוקלײַבן דאָס ריכטיקע װאָרט.“
„בײַ מיר איז ייִדיש די שפּראַך פֿון מײַנע קינדעריאָרן. איך האָב זיך אַלײן אױסגעלערנט צו לײענען די ייִדישע צײַטונג װאָס איז אַרױסגעגאַנגען אין ריגע, ׳הײַנט בײַ טאָג׳. זײַן ערשטער ייִדיש־לערער איז געווען אבֿרם באַרמזל. „װען איך בין געקומען אין ריגע אין 1990, האָט מען מיך געבעטן אויפֿטרעטן אין ייִדיש־קלוב. ס׳זײַנען געקומען אַ סך מענטשן. גיב איך אַ קוק – אָט זיצט באַרמזל. איך האָב גלײַך אָפּגעשטעלט מײַן לעקציע און אים געגעבן אַ שמייכל. ער האָט זיך גלײַך צעװײנט.“
באַסנערס װײַב, מיט װעמען ער האָט געלעבט 68 יאָר און װאָס איז געשטאָרבן מיט פֿיר יאָר צוריק, האָט אױך גערעדט מאַמע־לשון. זײ האָבן אַלעמאָל גערעדט ייִדיש אין שטוב און אַזױ האָבן זייערע צװײ טעכטער זיך אױך אױסגעלערנט ייִדיש.
„אױב דו װילסט זיך לערנען די געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, איז װיכטיק צו פֿאַרשטײן ייִדיש ווײַל דאָס איז געװען זייער שפּראַך,“ האָט ער געזאָגט.
אין יעקבֿ באַסנערס אָנדענק בעט די משפּחה, אַז אַנשטאָט שענקען בלומען זאָל מען געבן מתּנות צום Survivor Mitzvah Project אָדער צו ייִדיש־פֿאַרם אין ניו־האַמפּטאָן, נ”י.
צו הערן ווי באַסנער דערציילט אַליין װי אַזױ ער האָט איבערגעלעבט דעם חורבן און װעגן זײַן לעבן אונטער דער סאָװעטישער אָקופּאַציע, זעט דעם ווײַטערדיקן אינטערוויו וואָס קריסטאַ װיטני האָט מיט אים געפֿירט דורכן ייִדישן ביכער־צענטער:
יאַנאַ מאַזורקיעוויטש־מײַסאַראָש איז די גרינדערין פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿון קינסטלער און אַקאַדעמיקערס אין צפֿון־אַמעריקע‟ אין סאַן־דיִעגאָ און אַ דאָקטאָראַנטקע אין מישיגענער אוניװערסיטעט, אַן אַרבאָר.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO