ווידעאָ: אַבֿרהם פֿריד זינגט „יאַקאָב“ אין קאָסטאַריקעWATCH: Avraham Fried sings “Yakob’’ in Costa Rica
יום־טובֿ עהרליכס ליד וועגן אוזבעקיסטאַן ווערט וווּנדערלעך אויפֿגעפֿירט אין די דזשונגלען פֿון צענטראַל־אַמעריקע.

Graphic by Angelie Zaslavsky
וועמען וואָלט דען אַמאָל אײַנגעפֿאַלן, אַז דער ערשטער אויסגעצייכנטער ייִדיש־שפּראַכיקער מוזיק־ווידעאָ פֿון 2021 וואָלט מען געהאַט געמאַכט אין קאָסטאַריקע? די וואָך איז אַרויס אַ ווידעאָ, אין וועלכן דער אַמעריקאַנער ליובאַוויטשער זינגער אַבֿרהם פֿריד פֿירט אויס יום־טובֿ עהרליכס שלאַגער „יאַקאָב“ מיטן כאָר „נרננה“ אין די דזשונגלען פֿון צענטראַל־אַמעריקע, פֿאַר צענדליקער חסידים. וואָס טוען דאָרטן ”היימישע“ ייִדן? ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, מאַכט די פֿאַרזיכערונג־פֿירמע MassMutual יעדעס יאָר אַ לוקסוס־רײַזע פֿאַר אירע געראָטנסטע פֿרומע מעקלער. מיט צוויי יאָר צוריק איז מען געפֿאָרן קיין שאַנכײַ, און פֿאַראַיאָרן האָט מען זיך אָפּגערוט אויף אַ רעזאָרט אין קאָסטאַריקע.
שוין דרײַסיק יאָר לאַנג וואָס אַבֿרהם פֿריד זינגט „יאַקאָב“ און ווי תּמיד איז זײַן נוסח אַן אויסגעצייכנטער. כאָטש אַ סך מענטשן מיינען אַז דער העלד פֿונעם ליד באַגייט זעלבסטמאָרד בײַם סוף, ענדיקט זיך די מעשׂה גאַנץ אַנדערש. ווי פֿריד האָט דערקלערט אין אַן אינטערוויו מיטן „ייִדישן ביכער־צענטער“, איז דער יאַקאָב פֿונעם ליד געווען אַ ייִד מיטן נאָמען יעקבֿ פּאָטאַש, וואָס האָט זיך נאָך דער מלחמה באַזעצט אין אַמעריקע און לאַנגע יאָרן אָנגעפֿירט מיט אַ שפּײַזקראָם אויף דער 13טער עוועניו אין באָראָ־פּאַרק. דאָרטן, אין ברוקלין, האָט יום־טובֿ עהרליך זיך באַקענט מיט אים און פֿאַראייביקט זײַן לעבנס־געשיכטע ווי דאָס ליד „יאַקאָב“, וואָס ווערט עד־היום געזונגען, ניט בלויז אויף ייִדיש, נאָר אויך אויף ענגליש און העברעיִש.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
