אָנלײַן־וואַרשטאַט: ווי אַזוי צו טיפּירן אויף מאַמע־לשוןOnline workshop: How to type in Yiddish
שאָשקע־רײַזל יוני, אַן אָנהענגערין פֿון דער קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיע, וועט ווײַזן פּראָגראַמען מיט וועלכע מע קען שרײַבן לויטן ייִוואָ־סטאַנדאַרט.

Graphic by Angelie Zaslavsky
כאָטש ס׳איז הײַנט אַ סך גרינגער צו טיפּירן אויף ייִדיש מיטן קאָמפּיוטער און אַנדערע עלעקטראָנישע מכשירים ווי סמאַרטפֿאָנס ווי עס איז געווען מיט צען יאָר צוריק, קענען זיך אַ סך מענטשן נאָך אַלץ ניט געבן אַן עצה דערמיט.
כּדי צו לערנען דעם עולם וועגן די נײַסטע פּראָגראַמען מיט וועלכע מע קען גרינג טיפּירן אויף ייִדיש, וועט די מוזיקערין און ייִדיש־טוערין שאָשקע רײַזל־יוני אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט, אין וועלכן זי וועט ווײַזן פֿאַרשידענע פּראָגראַמען וואָס דערמעגלעכן דאָס שרײַבן אויף מאַמע־לשון אויף עלעקטראָנישע מכשירים לויטן ייִוואָ־סטאַנדאַרט. די פּראָגראַמען גילטן ניט בלויז פֿאַר „מעק“־ און „ווינדאָוס“־קאָמפּיוטערס, נאָר אויך פֿאַר „אײַפֿאָן“־ און „אַנדרויד“־טעלעפֿאָנען.
דער וואַרשטאַט וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 12טן יאַנואַר, 2:00 ניו־יאָרקער צײַט, ווי אַ טייל פֿונעם ייִדיש־שמועסקרײַז אָנגעפֿירט פֿון פֿישל קוטנער, דעם געזעווענעם פּרעזידענט פֿון דער „אינטערנאַציאָנאַלער אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־קלובן“. דער אײַנטריט איז בחינם און אַלע זענען פֿאַרבעטן צו קומען, נאָר מע מוז פֿריִער שרײַבן שאָשקע־רײַזל יונין אַ בליצבריוו אויף דעם אַדרעס, [email protected].
שאָשקע־רײַזל יוניס וועבזײַט וועגן קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען פֿאַרן טיפּירן אויף מאַמע־לשון קען מען געפֿינען דאָ.
אין די סוף 1990ער יאָרן, ווען אַ קליינע גרופּע ייִדישיסטן — שאָשקע־רײַזל יוני; ווי אויך דער פֿירער פֿון דער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דאָס ייִדישע קול” — מאיר דוד און דער קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿטלער רפֿאל פֿינקעל — האָט פּרובירט צו פֿאַרבעסערן דעם אופֿן ווי אַזוי מע קען טיפּירן אויף מאַמע־לשון, איז די טעכנאָלאָגיע נאָך געווען זייער שוואַך אין פֿאַרגלײַך מיט די ברירות פֿאַר ענגליש און העברעיִש. מע האָט זיך ניט געקענט פֿרײַ באַנוצן מיט די ייִדישע אותיות ווי „אָ‟, „ײַ‟, „פֿ‟ און „תּ‟, וואָס זענען אַן אינטעגראַלער טייל פֿונעם ייִדישן אַלף־בית. אַפֿילו ווען די שרײַב־מיטלען האָבן יאָ ריכטיק פֿונקציאָנירט, זענען אָפֿט פֿאָרגעקומען טעכנישע פּראָבלעמען מיט די קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען ווי Word און Powerpoint, ווי אויך בײַ געוויסע וועבזײַטן. אַ דאַנק דער אַרבעט פֿונעם קרײַזל, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיט דער בליצפּאָסט־רשימה UYIP (ראָשי־תּיבֿות פֿאַר: „דאָס פֿאַרשטיין די קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיע אויף ייִדיש“), האָט מען געשאַפֿן דעם ערשטן דור טיפּיר־פּראָגראַמען אויף מאַמע־לשון. במשך פֿון די יאָרן זענען צוגעקומען נאָך פּראָגראַמירער, אַרײַנגערעכנט יאַנקל־פּרץ בלום; אײַזיק בלימאַן און לערי קיי, וואָס האָבן געשאַפֿן מער מאָדערנע אַפּליקאַציעס. אַ דאַנק לערי קיי, קען מען זינט 2016 פֿרײַ טיפּירן אויף ייִדיש מיטן אײַפֿאָן.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
