Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אָנלײַן־וואַרשטאַט: ווי אַזוי צו טיפּירן אויף מאַמע־לשוןOnline workshop: How to type in Yiddish

שאָשקע־רײַזל יוני, אַן אָנהענגערין פֿון דער קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיע, וועט ווײַזן פּראָגראַמען מיט וועלכע מע קען שרײַבן לויטן ייִוואָ־סטאַנדאַרט.

כאָטש ס׳איז הײַנט אַ סך גרינגער צו טיפּירן אויף ייִדיש מיטן קאָמפּיוטער און אַנדערע עלעקטראָנישע מכשירים ווי סמאַרטפֿאָנס ווי עס איז געווען מיט צען יאָר צוריק, קענען זיך אַ סך מענטשן נאָך אַלץ ניט געבן אַן עצה דערמיט.

כּדי צו לערנען דעם עולם וועגן די נײַסטע פּראָגראַמען מיט וועלכע מע קען גרינג טיפּירן אויף ייִדיש, וועט די מוזיקערין און ייִדיש־טוערין שאָשקע רײַזל־יוני אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט, אין וועלכן זי וועט ווײַזן פֿאַרשידענע פּראָגראַמען וואָס דערמעגלעכן דאָס שרײַבן אויף מאַמע־לשון אויף עלעקטראָנישע מכשירים לויטן ייִוואָ־סטאַנדאַרט. די פּראָגראַמען גילטן ניט בלויז פֿאַר „מעק“־ און „ווינדאָוס“־קאָמפּיוטערס, נאָר אויך פֿאַר „אײַפֿאָן“־ און „אַנדרויד“־טעלעפֿאָנען.

דער וואַרשטאַט וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 12טן יאַנואַר, 2:00 ניו־יאָרקער צײַט, ווי אַ טייל פֿונעם ייִדיש־שמועסקרײַז אָנגעפֿירט פֿון פֿישל קוטנער, דעם געזעווענעם פּרעזידענט פֿון דער „אינטערנאַציאָנאַלער אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־קלובן“. דער אײַנטריט איז בחינם און אַלע זענען פֿאַרבעטן צו קומען, נאָר מע מוז פֿריִער שרײַבן שאָשקע־רײַזל יונין אַ בליצבריוו אויף דעם אַדרעס, [email protected].

שאָשקע־רײַזל יוניס וועבזײַט וועגן קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען פֿאַרן טיפּירן אויף מאַמע־לשון קען מען געפֿינען דאָ.

אין די סוף 1990ער יאָרן, ווען אַ קליינע גרופּע ייִדישיסטן — שאָשקע־רײַזל יוני; ווי אויך דער פֿירער פֿון דער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דאָס ייִדישע קול” — מאיר דוד און דער קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿטלער רפֿאל פֿינקעל — האָט פּרובירט צו פֿאַרבעסערן דעם אופֿן ווי אַזוי מע קען טיפּירן אויף מאַמע־לשון, איז די טעכנאָלאָגיע נאָך געווען זייער שוואַך אין פֿאַרגלײַך מיט די ברירות פֿאַר ענגליש און העברעיִש. מע האָט זיך ניט געקענט פֿרײַ באַנוצן מיט די ייִדישע אותיות ווי „אָ‟, „ײַ‟, „פֿ‟ און „תּ‟, וואָס זענען אַן אינטעגראַלער טייל פֿונעם ייִדישן אַלף־בית. אַפֿילו ווען די שרײַב־מיטלען האָבן יאָ ריכטיק פֿונקציאָנירט, זענען אָפֿט פֿאָרגעקומען טעכנישע פּראָבלעמען מיט די קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען ווי Word און Powerpoint, ווי אויך בײַ געוויסע וועבזײַטן. אַ דאַנק דער אַרבעט פֿונעם קרײַזל, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיט דער בליצפּאָסט־רשימה UYIP (ראָשי־תּיבֿות פֿאַר: „דאָס פֿאַרשטיין די קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיע אויף ייִדיש“), האָט מען געשאַפֿן דעם ערשטן דור טיפּיר־פּראָגראַמען אויף מאַמע־לשון. במשך פֿון די יאָרן זענען צוגעקומען נאָך פּראָגראַמירער, אַרײַנגערעכנט יאַנקל־פּרץ בלום; אײַזיק בלימאַן און לערי קיי, וואָס האָבן געשאַפֿן מער מאָדערנע אַפּליקאַציעס. אַ דאַנק לערי קיי, קען מען זינט 2016 פֿרײַ טיפּירן אויף ייִדיש מיטן אײַפֿאָן.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.