Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

יונגע פֿאָרשער אַנטפּלעקן די ייִדישע ליטעראַטור פֿונעם אַמעריקאַנער מיטעלן מערבֿYoung scholars discover Yiddish literature in the American Midwest

בעת דעם אָנלײַן־סעמינאַר האָט מען דיסקוטירט משה נאַדירס פּאָרטרעט פֿון דעטרויט און די ווערק פֿון עטלעכע באַקאַנטע פּאָעטעסעס אין שיקאַגע.

די היסטאָרישע צענטערס פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן זײַנען לאַנגע יאָרן געווען די גרױסע שטעט אױפֿן אַטלאַנטישן מזרח־ברעג: ניו־יאָרק, באָסטאָן און פֿילאַדעלפֿיע. שפּעטער איז אויך צוגעקומען לאָס־אַנדזשעלעס. אָבער בײַ אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן איז דער ברײטער שטח צװישן דעם מיזרחדיקן און מערבֿדיקן ברעג אַ מין „איבערפֿלי‟־רױם, װוּ עס װױנען װײַסע ענגליש־רעדנדיקע קריסטן.

נאָך אין 1932 האָט דער זשורנאַל „ייִדיש‟ — די װאָכנשריפֿט פֿון דער „ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט‟, װאָסער ציל איז געװען צו פֿאַרשפּרײטן די ייִדיש־קולטור איבער צפֿון־אַמעריקע — זיך באַקלאָגט: „בײַ אונדז האָט ניו־יאָרק ׳אױפֿגעגעסן׳ אַלע אַנדערע שטעט און זײ אױסגעהױלט. יעדער יונגערמאַן מיט ליטעראַרישע אַמביציעס ציט קײן ניו־יאָרק, און שטעט מיט אַ ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון הונדערטער טױזנטער קוקן אױף זיך אַלײן װי אױף פּראָװינץ.‟

װעגן דער טעטיקײט פֿון דער דאָזיקער געזעלשאַפֿט האָט דערצײלט ערין פֿײגין אױף דעם װעבינאַר „ייִדישע פֿילשפּראַכיקײט אינעם מיטלן מערבֿ: ייִדיש־איבערזעצונגען פֿון דער שטאָטישער דערפֿאַרונג‟. פֿײגין, אַ דאָקטאָראַנטקע בײַם אוניװערסיטעט פֿון װיסקאָנסין אין מעדיסאָן, גיט זיך אָפּ מיט דער פֿאָרשונג פֿון אָט דעם פֿאַרגעסענעם קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדיש־קולטור אין אַמעריקע: די ייִדישע קולטור־טעטיקייטן אין שיקאַגע און אַנדערע גרױסע אינדוסטריעלע שטעט. זי געהערט צו דעם נײַעם דור אַמעריקאַנער ייִדיש־פֿאָרשער, װאָס זײַנען אױסן צו פֿאַרטיפֿן און פֿאַרברײטערן אונדזער קוקווינקל װאָס שייך ייִדיש אין אַמעריקע.

דער דאָזיקער װעבינאַר איז געווען דער ערשטער פֿון די „סויער‟־סעמינאַרן פֿון דער „מעלאָן־פֿונדאַציע‟ — אַ סעריע װעגן דעם פֿילשפּראַכיקן מיטעלן מערבֿ, אָרגאַניזירט דורך דעם אָפּטײל פֿון דער פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור בײַם אוניװערסיטעט פֿון מישיגען. דער ציל פֿון דעם פּראָיעקט איז צו אַנטפּלעקן די קולטורעלע און עטנישע פֿילמיניקײט פֿונעם דאָזיקן ראַיאָן. אַזױ אַרום װערט דער ענין, ייִדיש אין מיטעלן מערבֿ, באַטראַכט אױך אונטער אַ פֿאַרגלײַכיקן קוקװינקל אין אײנעם מיט אַנדערע שפּראַכן און קולטורן.

די אָנפֿירערין פֿונעם װעבינאַר, פּראָפֿעסאָר מאַיאַ ברזילי, האָט געעפֿנט די סעריע מיט משה נאַדירס סאַטירישן בילד פֿון דעטרױט װי די שטאָט פֿון פֿאָרד־פֿאַבריקן: „עס איז אַ גומענע שטאָט. זי ציט־זיך־אײַן און ציט־זיך־אױס לױט די אַרבעט־באַדערפֿענישן פֿון דער אויטאָמאָביל־אינדוסטריע‟. נאַדיר האָט גוט געכאַפּט דעם מהות פֿון דער גרױסער אינדוסטריעלער שטאָט, װאָס שיידט זי אונטער פֿון די גרױסע שטעט אױפֿן מזרח־ברעג.

דער ערשטער אָװנט איז געװען געװידמעט דעם ייִדישן דיכטער, ליטעראַט און כּלל־טוער עזרא קאָרמאַן (1888 – 1959). קאָרמאַן איז געבױרן געװאָרן אין קיִעװ און געװאָרן אײנער פֿון די גרינדערס פֿון דער „קולטור־ליגע‟. נאָכן רוסישן בירגערקריג האָט ער צו ערשט עמיגרירט קײן בערלין און אין 1923 זיך באַזעצט אין דעטרױט. אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע האָט קאָרמאַן זיך קונה־שם געװען מיט זײַנע פּאָעטישע אַנטאָלאָגיעס „ברענענדיקע בריקן‟ און „ייִדישע דיכטערינס‟. חוץ דעם האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט עטלעכע ביכער פֿון זײַנע אײגענע לידער און איבערזעצונגען. קאָרמאַן האָט געאַרבעט אינעם ייִדישן מושבֿ־זקנים און דערפֿאַר איז ער געװען אַ באַקאַנטע פֿיגור אין דער דעטרױטער ייִדישער סבֿיבֿה, אָבער װײַט ניט אַלע האָבן געוווּסט וועגן זײַן ליטעראַרישער טעטיקײט.

דער יונגער ייִדישער אַקטיאָר און קולטור־טוער מיכל יאַשינסקי האָט זיך פֿאַראינטערעסירט אין קאָרמאַן װײַל יענער איז געװען זײַן דעטרױטער לאַנדסמאַן. יאַשינסקי האָט אַנטדעקט קאָרמאַנס ביבליאָטעק אינעם קעלער פֿון אַ שיל, אָפּגעזוכט קאָרמאַנס אײניקל און איבערגעזעצט עטלעכע לידער זײַנע. פֿאַרן װעבינאַר האָט ער צוגעגרײט אַ רירנדיקע װירטועלע פֿאָרשטעלונג װעגן קאָרמאַנס לעבן און ירושה. קאָרמאַנס דיכטונג איז אױך געװען די טעמע פֿונעם רעפֿעראַט פֿון פּראָפֿעסאָר דזשוליאַן לעװינסאָן. בײדע רעדנער האָבן געניט אױסגענוצט דעם װירטועלן דיגיטאַלישן פֿאָרמאַט, און דער דאָזיקער אָװנט האָט געהאַט העכער װי אַכציק צוקוקער פֿון פֿאַרשײדענע מקומות.

ערין פֿײגינס באַריכט װעגן דער „ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט‟ האָט געעפֿנט די סעריע רעפֿעראַטן װעגן ליטעראַרישע פֿיגורן, װאָס זײַנען געװען טעטיק אין שיקאַגע, דעם ייִדישן צענטער פֿונעם מיטעלן מערבֿ. פּראָפֿעסאָר דזשעסיקאַ קירזען (אוניװערסיטעט פֿון שיקאַגע) האָט דערצײלט װעגן דער שיקאַגער ייִדישער פּאָעטעסע פּעסיע פּאָמעראַנץ האָניגבױם (1900 – 1978). אירע לידער „לעיק מישיגען‟, „װינטן‟ און „שיקאַגע‟ מאָלן אַ מעלאַנכאָליש־ליריש בילד פֿון דער גרױסשטאָטישער לאַנדשאַפֿט מיט כאַראַקטעריסטישע סימנים: „אַ באַנדע װינטן לױערן אױף דיר, שיקאַגע, / און רײצן אָן לעיק מישיגען אױף דיר, / כ’האָב ליב אױף מישיגען בולװאַר שפּאַצירן / װען װינטן גיבן זיך אַ ריר.‟

אַ דאַנק דער חשובֿער אַנטאָלאָגיע פֿון בנימין און באַרבאַראַ הרשבֿ, „אַמעריקאַנער ייִדישע פּאָעזיע‟, זײַנען די לידער פֿון מלכּה חפֿץ־טוזמאַן (1893 – 1978) הײַנט גוט באַקאַנט. טוזמאַן האָט אימיגרירט פֿון אוקראַיִנע און זיך באַזעצט אין שיקאַגע, װוּ זי האָט זיך באַטײליקט אין דער ענגלישער אַנאַרכיסטישער צײַטונג, „אַלאַרם‟. דאָ האָט זי געשריבן קורצע נאָטיצן װעגן דעם ביטערן מצבֿ פֿון אַרבעטאָרינס און זײ אונטערגעחתמעט װי „מאָלי ט.‟.

די דאָזיקע נאָטיצן זײַנען אַנטדעקט געװאָרן דורך פּראָפֿעסאָר אַנאַ טאָרעס (אוניװערסיטעט פֿון שיקאַגע), װעלכע פֿאָרשט די באַציִונגען צװישן אַנאַרכיזם און דער ייִדישער ליטעראַטור. אַנאַרכיזם איז געװען די ערשטע פּאָליטישע באַװעגונג, װאָס האָט געעפֿנט טירן פֿאַר ייִדישע אימיגראַנטן בײַם סוף–19טן יאָרהונדערט און האָט געהאַט אַ היפּשע השפּעה אױף דער אַמעריקאַנער ייִדישער דיכטונג. גאַנץ אַנדערש איז געװען די שאַפֿונג פֿון לונע מאַטעס (1896 – 1929), דעם פֿאַרצײַטיק־געשטאָרבענעם מחבר פֿון עלעגאַנטע פּאָעטישע מיניאַטורן. פּראָפֿעסאָר שׂרה (סאַני) יודקאָף (אוניװערסיטעט פֿון װיסקאָנסין) האָט אַנטפּלעקט פּאַראַלעלן צװישן מאַטעסעס בוך לידער, „מאָמענטן‟ (1926) און דער מיטצײַטלערישער אַמעריקאַנער מאָדערניסטישער דיכטונג.

דער קאָלעקטיװער פֿאָרשערישער מי פֿון די יונגע ייִדישיסטן העלפֿט אַנטפּלעקט פֿאַר אונדז די רײַכע פֿילמיניקײט פֿון דער ייִדישער קולטור אינעם מיטעלן מערבֿ. דער אױפֿבלי פֿון ייִדיש קומט דאָ פֿאָר אין די 1920ער–1930ער יאָרן. אײנער פֿון די װיכטיקסטע קאָלעקטיװע אױפֿטוען פֿון יענער תּקופֿה איז דאָס װאָגיקע פּאָעטישע זאַמלבוך, „אַנטאָלאָגיע מיטװעסט־מערבֿ‟, װאָס איז אַרױס אין שיקאַגע אין 1933-1932 אונטער דער רעדאַקציע פֿון מאַטעס דײטש, בען שאָלעם און שלמה שװאַרץ. דאָס בוך, װאָס איז כּולל לידער פֿון 23 דיכטער, איז געװידמעט דעם אָנדענק פֿון משה־לײב האַלפּערן, „אַ דיכטער־פּערזענלעכקײט פֿון דער מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע בײַ אונדז אין אַמעריקע‟.

צי מען קען טאַקע אָבער רעדן װעגן אַן אײגנאַרטיקן מיטל־מערבֿדיקן קולטורעלן „נוסח‟ בלײַבט נאָך אַלץ אַ פֿראַגע. דאָס איז מסתּמא בלויז דער ערשטער שריט אין דער נײַער פֿאָרשונג דער רײַכער און לרובֿ פֿאַרגעסענער קולטור־ירושה פֿון די גרױסע אינדוסטריעלע שטעט דעטרױט, שיקאַגע, מילואָקי, קליװקענד, װאָס האָבן אַ מאָל געהאַט אַזאַ לעבעדיקע ייִדישע קולטורעלע סבֿיבֿה.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.