Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

האָט מען אינעם אַמאָליקן האַמבורג גערעדט ייִדיש?Was Yiddish once spoken in Hamburg?

במשך פֿון די 1920ער, זענען אין האַמבורג געווען ייִדישע ביכערקראָמען, קלײטן מיט כּשר עסנװאַרג, בעלי־מלאָכות און קלויזן

(איבערגעזעצט פֿון מאַרסעל זײַדל)

אויב מע פֿרעגט בײַ מענטשן אין האַמבורג, װאָס עס איז עפּעס אַזוינס ייִדיש, װעלן ס׳רובֿ נישט וויסן און ענטפֿערן, אַז די אײנציקע ייִדן אין האַמבורג זײַנען געװען די אַסימילירטע, װאָס האָבן גערעדט כּלל־דײַטש צי אפֿשר עבֿריתּ.

במשך פֿונעם אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט האָט מען אָבער אין דער אָרטיקער פּרעסע אַ סך דערמאָנט דעם אַזוי גערופֿענעם „ענין פֿון די מיזרח־ייִדן‟ בײַ די אַסימילירטע ייִדן אין האַמבורג — די מורא אַז די „הינטערשטעליקייט‟ פֿון די נײַ אָנגעקומענע עמיגראַנטן, די מיזרח־ייִדן, קאָן נאָך שאַטן זייער אייגענע רעפּוטאַציע בײַ די דײַטשן. דאָס האָט מען שוין געזען אַפֿילו אין 16טן יאָרהונדערט, װען האַמבורג האָט נאָר אַקצעפּטירט די „רײַכע‟ ספֿרדים צוליב זײערע האַנדל־באַציִונגען מיט דרום־אַמעריקע. די אַשכּנזים האָבן אָבער געמוזט זיך באַזעצן אין אַלטאָנאַ. װעגן דער שפּראַך פֿון יענע „אָרעמע קרובֿים‟, די מיזרח־ייִדן, לײענט מען קוים־קוים.

שטעלט זיך די פֿראַגע: האָט מען טאַקע גערעדט ייִדיש דאָ אין האַמבורג?

אין דער ערשטער כװאַליע פֿון דער ייִדישער אימיגראַציע, בעת די 1880ער יאָרן, האָבן אַרום 10,000 ייִדן אימיגרירט קיין דײַטשלאַנד צוליב די פּאָגראָמען אין צאַרישן רוסלאַנד. די צװײ שפּעטערדיקע כװאַליעס זענען געווען אַ פּועל־יוצא פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה, װען מע האָט רעקרוטירט צי אַפֿילו דעפּאָרטירט קריסטלעכע פּאָליאַקן און פּוילישע ייִדן, כּדי זײ זאָלן אונטערהאַלטן די מלחמה־אינדוסטריע.

אין די 1920ער יאָרן זענען אַ סך ייִדן אַנטלאָפֿן פֿונעם וואַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם צי פֿונעם עקאָנאָמישן קריזיס אינעם יונגן ראַטן־פֿאַרבאַנד. די מערסטע ייִדן זענען אַריבער קײן ניו־יאָרק, נאָר ניט װײניק פֿון זײ זײַנען שטעקן געבליבן אין האַמבורג. פֿון אָט די אימיגראַנטן, װאָס האָבן מערסטנס גערעדט ייִדיש, קען מען אַ מאָל געפֿינען אַ זכר דאָ און דאָרטן.

נעמענדיק אין באַטראַכט די גאַנצע באַפֿעלקערקונג פֿון דער שטאָט איז די צאָל ייִדיש־רעדער געװען אַ קליינע אָבער פֿאָרט האָט זיך עס געוואָרפֿן אין די אויגן. פֿאַר ס’רובֿ האַמבורגער ייִדן איז ייִדיש געװען ניט מער װי אַ „זשאַרגאָן‟ װאָס מע האָט זיך געשעמט מיט אים. די מסכּילים האָבן פֿאַררעכנט ייִדיש פֿאַר אַ „דינסטמיידל‟, אַ שפּראַך פֿון די פּשוטע לײַט, ניט צוגעפּאַסט צו דער מאָדערנער װעלט, צו דער װיסנשאַפֿט. די אַסימילירטע ייִדן האָבן זיך אָפֿט מאָל ניט געװאָלט דערמאָנען אין זײער „הינטערשטעליקן‟ מיזרח־אײראָפּעיִשן אָפּשטאַם, און די ציוניסטן האָבן מיט אַ ברען געקעמפֿט פֿאַר זײער נײַער „האַרינטע‟ — עבֿריתּ. שפּעטער איז דער ייִדישער אַרויסרײד אויך געװאָרן אַ מיטל בײַ די נאַציס חוזק צו מאַכן פֿון די ייִדן.

צוליב די אַלע סיבות האָט דער ברייטער עולם אין דײַטשלאַנד ניט איבעריק אָפּגעשאַצט דעם אוצר פֿון דער מיזרח־ייִדישער קולטור און די ייִדישע שפּראַך איז פֿאַרגעסן געוואָרן בײַ מערסטע מענטשן ניט נאָר אין האַמבורג, נאָר איבער גאַנץ דײַטשלאַנד.

די געשיכטע פֿונעם ייִדיש־רעדנדיקן ייִשובֿ איז געווען אַ פֿילפֿאַרביקע. בײַם אָנהײב פֿון 20סטן יאָרהונדערט זענען אויפֿן שטח פֿון דער הײַנטיקער האַמבורג (דעמאָלט איז דאָס געווען האַמבורג און אַלטאָנאַ) געווען דרײַ קװאַרטאַלן מיט אַ מיזרח־ייִדישן כאַראַקטער. אינעם האַמבורגער קוואַרטאַל קילאָרטאַלי האָט זיך געפֿונען די צדקה־אָרגאַניזאַציע „עדת ישרים‟; אין וואָלערסאַלי האָט אַ צווייטע אָרגאַניזאַציע, „אַהבֿת תּורה‟, געהאָלפֿן די נויטבאַדערפֿטיקע ייִדן, און אין גרינדל־קוואַרטאַל (אויך באַקאַנט ווי גרינדל) — איז געווען נאָך אַזאַ אינסטיטוציע: „קלײן־ירושלים‟.

אויפֿן גרינדל, צװישן דער גרויסער שיל אויפֿן באָרנפּלאַץ, דער תּלמוד־תּורה־רעאַל־שול און דעם ייִדישן קולטור־צענטער אויפֿן נאָמען פֿון הענרי דזשאָנס, האָבן במשך פֿון די 1920ער יאָרן געװוינט כּמעט 20 פּראָצענט פֿון אַלע האַמבורגער ייִדן. ייִדישע ביכערקראָמען, קלײטן מיט כּשר עסנװאַרג, בעלי־מלאָכות און קלויזן האָבן באַשטימט דאָס פּנים פֿונעם קװאַרטאַל.

די מערסטנס אָרעמע צי מיטלקלאַסיקע ייִדן פֿון מיזרח־אײראָפּע אינעם גרינדל האָבן אָבער יאָ אַרויסגערופֿן אַן אינטערעס בײַ געװיסע דײַטשיש־ייִדישע קרײַזן, ספּעציעל בײַ דער יוגנט. אין אַ תּקופֿה פֿון עמאַנציפּאַציע און אַסימילאַציע האָבן געוויסע ייִדן זיך פֿאַראינטערעסירט אין זײערע מיזרח־אײראָפּעיִשע װאָרצלען און געװאָלט אויסגעפֿינען מער וועגן דעם. דעם דאָזיקן ציל האָט זיך געשטעלט די געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער ענטאָגראַפֿיע אין האַמבורג. אין איר צײַטשריפֿט „ידיעות פֿון דער ייִדישער ענטאָגראַפֿיע‟ האָט די געזעלשאַפֿט אַרויסגעגעבן אַ צאָל װיסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען װעגן דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור מיט אַ סך ציטאַטן אויף ייִדיש.

אויפֿן גרינדל האָט אויכעט געוווינט און געאַרבעט, פֿון 1922 ביז 1933, דער אָריענטאַליסט און ייִדישיסט ד”ר שלמה בירנבוים, װאָס האָט געלערנט ייִדיש בײַם האַמבורגער אוניװערסיטעט.

אָבער ניט נאָר אין אוניווערסיטעט האָט מען גערעדט אויף ייִדיש, נײַערט אַפֿילו אויף די גאַסן צװישן די פּשוטע לײַט, צװישן די קינדער און יוגנטלעכע אין האַמבורג און אַלטאָנאַ. די דײַטשישע ייִדן וואָס האָבן געאַרבעט אין צדקה־אָרגאַניזאַציעס האָבן געמוזט רעדן ייִדיש מיט די מיזרח־ייִדן װאָס האָבן זיך גענייטיקט אין הילף. און ווען מע האָט צונויפֿגעשטעלט די „הבֿה־נשירה‟, דאָס ביכל זינגלידער פֿון דער תּלמוד־תּורה־רעאַל־שול, האָט מען צונויפֿגעקליבן 195 לידער, וואָס 110 פֿון זײ זענען געווען אין עבֿריתּ, 72 אין דײַטש און ניט װײניקער פֿון 23 אין ייִדיש.

פֿאַראַן אַנדערע ערטער, אַחוץ די דערמאָנטע קװאַרטאַלן, װוּ מע האָט געקענט הערן אַ ייִדיש װאָרט׃ אין 1892 האָט די שיפֿערײַ־געזעלשאַפֿט האַפּאַ”ג אָנגעהויבן בויען קװאַרטירן פֿאַר די עמיגראַנטן אויף אײנעם פֿון די אינדזלען אויפֿן עלבע־טײַך מיטן נאָמען וועדעל — די אַזוי גערופֿענע „באַללינשטאָט‟, אַ נאָמען נאָכן בעל־הבית פֿון האַפּאַ”ג, אַלבערט באַללין, אַלײן אַן אַסימילירטער ייִד). פֿאַר יענע ייִדישע עמיגראַנטן האָט מען אויסגעבויט אַן אײגענע שיל און צוגעגרײט כּשר עסנװאַרג. אין באַללינשטאָט האָט מען געהיט די עמיגראַנטן און זײ אָפּגעזונדערט, זײ זאָלן ניט אַריבערטראָגן קײן קרענק און מע זאָל קאָנטראָלירן זײערע דאָקומענטן פֿאַר דער לאַנגער רײַזע.

אַפֿילו די באַקאַנטע שרײַבער, דער נסתּר און לײב קװיטקאָ, האָבן אַ שטיקל צײַט געלעבט אין האַמבורג און געאַרבעט אינעם פּאָרט. לײב קװיטקאָ איז אין האַמבורג טאַקע פֿאַררעכנט פֿאַר אַן אָנגעזעענעם מחבר. פֿון 1926-1922 האָט ער אָנגעשריבן פֿילפֿאַרביקע, פֿאַרכאַפּנדיקע פּאָרטרעטן פֿון דער שטאָט. זײַנע דערצײלונגען פֿונעם באַנד „ריאָגראַנדער פֿעל‟ („מעלוכע־פֿאַרלאַג‟ פֿון אוקראַיִנע, 1928) אילוסטרירן, װי אין אַ קאַלײדאָסקאָפּ, אַ סך פּרטים פֿונעם סאָציאַלן און פּאָליטישן לעבן אין האַמבורג.

הייסט עס, אַז אין האַמבורג האָט מען ניט בלויז גערעדט ייִדיש; די שטאָט האָט טאַקע צוגעגעבן אַן אײגענעם נוסח צו דער ייִדישער קולטור אין דײַטשלאַנד.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.