לאָמיר אָפּוואַרפֿן דעם זומער־זייגער, וועלן די קינדער זיך קענען באַטייליקן אינעם סדרLet’s dump daylight savings time so our young kids can enjoy the seder
אָן דעם זומער־זייגער וואָלטן די געסט געקענט אַהיימגיין מיט אַ שעה פֿריִער.
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש
יעדן פּסח, בײַם סדר, מוטשען מיר זיך ־ ווי אַ סך אַנדערע ייִדישע משפּחות איבערן לאַנד – מיטן זעלבן ענין.
על־פּי־הלכה קען מען נישט אָנהייבן אָפּריכטן דעם סדר ביז אַ שעה נאָך שקיעה. צוליב דעם וואָס פּסח פֿאַלט תּמיד אויס נאָך דעם ווי מיר האָבן שוין גערוקט דעם זייגער, הייסט עס אַז דער סדר הייבט זיך אָן מיט אַ שעה שפּעטער ווי ווען מע וואָלט דעם זייגער נישט גערוקט. נעמענדיק אין באַטראַכט אַז הײַיאָר בענטשט מען די יום־טובֿ־ליכט 7:57 אין אָוונט הייסט עס אַז מע קען דעם סדר נישט אָנהייבן ביז דעמאָלט.
בײַ אַ סך פֿון אונדז וואָס פּראַווען דעם סדר מיט קליינע קינדערלעך שאַפֿט דאָס אַ צרה. מיר ווילן אַז זיי זאָלן זיך אויך באַטייליקן — פֿרעגן די פֿיר קשיות, העלפֿן אויסשפּילן די ראָלעס פֿון די אַרבע בנים — דעם חכם, דעם רשע, דעם תּם און דעם שאינו יודע לשאול, און צו פּרעזענטירן די צען מכּות אויף אַ דראַמאַטישן אופֿן.
אונדזערע קינדער און אייניקלעך זענען אָבער אַלע ייִנגער פֿון 5 יאָר אַלט, איז 7:57 שוין נאָך דער צײַט וואָס מע באָדט זיי און לייגט זיי שלאָפֿן. אַפֿילו ווען מע וואָלט זיי יאָ אָפּגעבאָדן באַצײַטנס און זיי אָנגעטאָן די פּיזשאַמע, וואָלטן זיי נישט אויסגעהאַלטן נאָכן ערשטן כּוס טרויבנזאַפֿט.
פֿרומע ייִדן אין דזשאָרדזשיע וועלן אָבער אפֿשר יאָ קענען אָנהייבן אָפּריכטן די סדרים מיט אַ שעה פֿריִער, אויב אַ געזעץ־פּראָיעקט וואָס איז שוין אָנגענומען געוואָרן אינעם שטאַט־סענאַט וועט אויך אָנגענומען ווערן אינעם דזשאָרדזשיער רעפּרעזענטאַנטן־הויז. דאָ רעדט זיך וועגן אַ געזעץ אָפּצושאַפֿן דעם זומער־זייגער (daylight savings time, בלע״ז).
אינעם סענאַט האָט מען עס אָנגענומען, 46 קעגן 7, מיט דער שטיצע פֿון ביידע פּאַרטייען. דאָס רעפּרעזענטאַנטן־הויז קען באַשליסן צי יאָ צי נישט אָנצונעמען דאָס געזעץ ביזן 31סטן מאַרץ.
ווי מײַן מיטאַרבעטער, בנימין כּהן, האָט לעצטנס געשריבן, וואָלט דאָס אָפּשאַפֿן דעם זומער־זייגער געהאַט עטלעכע מעלות פֿאַר פֿרומע ייִדן. ערשטנס, וואָלט שוין געווען ליכטיק אין דרויסן ווען מע גייט אין שיל דאַווענען ווינטערצײַט; די זומערדיקע שבתים וואָלטן זיך נישט געצויגן ביז נײַן אַ זייגער אין אָוונט און מע וואָלט געקענט אָנהייבן דעם פּסח־סדר בעת די קינדער זענען נאָך מסוגל זיך צו באַטייליקן.
אויב דאָס „הויז‟ וועט אָננעמען דאָס געזעץ און דער גובערנאַטאָר ברײַען קעמפּ וועט עס אונטערשרײַבן, וועט דזשאָרדזשיע ווערן דער דריטער שטאַט צו פֿונקציאָנירן לויט דער סטאַנדאַרדצײַט במשך פֿונעם גאַנצן יאָר.
איז מיר טאַקע אײַנגעפֿאַלן: פֿאַר וואָס לייגן נישט די ניו־יאָרקער געזעץ־געבער פֿאָר לעגיסלאַציע אָפּצושאַפֿן דעם זומער־זייגער דאָ אין ניו־יאָרק — דעם שטאַט מיט דער גרעסטער צאָל פֿרומע ייִדן אין גאַנצן לאַנד? די סדר־נעכט וואָלטן אונדז געווען אַזוי פֿיל גרינגער ווען מע וואָלט געקענט אָנהייבן דעם סדר מיט אַ שעה פֿריִער.
דאָ רעדט זיך, אַגבֿ, נישט בלויז וועגן די קינדער. ס׳וואָלט אויך געלייזט אַ צווייטע פּראָבלעם — וואָס שייך די געסט וואָס ווילן נישט אַהיימגיין צו שפּעט. אויף אונדזערע סדרים זאָגן מיר נישט בלויז די גאַנצע הגדה; מיר זינגען אויך באַקאַנטע ייִדישע פּסח־לידער ווי „אויפֿן ניל‟ און „מה אספרה מה אדברה‟.
דערצו האָבן מיר הנאה פֿון אַ לאַנגן „שולחן ערוך‟ — דער יום־טובֿדיקער סעודה, און מיר שמועסן וועגן פֿאַרשידענע זאַכן. דערפֿאַר ציט זיך דער סדר ביז 12:00 בײַ נאַכט. ווען ער וואָלט זיך אָבער אָנגעהויבן בײַ דער סטאַנדאַרדצײַט, וואָלט ער זיך אויך געענדיקט מיט אַ שעה פֿריִער, און אַזוי וואָלטן די געסט געקענט אַהיימגיין בערך עלעף אַ זייגער.
אַגבֿ, ווען מע וואָלט אָפּגעשאַפֿן דעם זומער־זייגער וואָלטן מיר גענאָסן דערפֿון נישט בלויז פּסח, נאָר יעדן שבת זומערצײַט. ווען מע האַלט זיך בײַם זומער־זייגער, בענטשט מען די ליכט אַרום אַכט אַ זייגער אין אָוונט און די שבתדיקע מאָלצײַט הייבט מען אָן ערשט אַרום נײַן. אויב אָבער מיר וואָלטן אַ גאַנץ יאָר זיך געהאַלטן בײַ דער סטאַנדאַרדצײַט וואָלטן מיר געקענט זומערצײַט עסן די שבתדיקע סעודה מיט אַ שעה פֿריִער און דערבײַ אויסמײַדן דאָס ברענען אונטערן האַרצן ווען מע לייגט זיך שלאָפֿן גלײַך נאָכן עסן.
געוויסע שילן ניצן, אַגבֿ, אַ „דריידעלע‟ כּדי אויסצומײַדן די פּראָבלעם פֿון די שפּעטע זומערדיקע שבת־וועטשערעס דורכן אָנזאָגן די מתפּללים צו בענטשן די ליכט אַ שעה פֿאַר שקיעה. די צרה דאָ איז אַז מע זעצט זיך אַוועק עסן די שבתדיקע וועטשערע בעת עס שײַנט נאָך די זון, וואָס פֿילט זיך עפּעס מאָדנע. אויב דאָס דאַרף זײַן אַן אָוונט־סעודה, וויל איך נישט זען די שטראַלן פֿון דער פֿאַרגייענדיקער זון בעת מיר מאַכן קידוש.
וויל איך דערפֿאַר ווינטשן אַ יישר־כּוח דעם דזשאָרדזשיער שטאַטסענאַט פֿאַרן האָבן אָנגענומען דעם געזעץ־פּראָיעקט. לאָמיר האָפֿן אַז דאָס רעפּרעזענטאַנטן־הויז וועט עס אויך אָננעמען, אַז ניו־יאָרק וועט זיך אָפּלערנען אַ משל פֿון דזשאָרדזשיע, און אַזוי וועלן מיר הײַיאָר דאָ קענען זאָגן בײַם סדר: „לשנה הבאה — מיט אַ שעה פֿריִער!‟
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO