ווידעאָ: דזשוליאַ אײַזנבערג ז׳׳ל און דוד שניר ז׳׳ל זינגען אַ ליד קעגן דער פּאָליציי־גוואַלדWATCH: Jewlia Eisenberg z’’l and David Shneer z’’l sing against police violence
דאָס ליד, „חוהלע איז פֿון דער אַרבעט געגאַנגען“, שילדערט ווי אַ יונגע אַרבעטערין ווערט דערשאָסן בשעת אַ שטרײַק.
פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק איז אָנגעקומען די טרויעריקע בשׂורה, אַז די זינגערין און עטנאָמוזיקאָלאָגין דזשוליאַ אײַזנבערג איז אַוועק אין דער אייביקייט.
אײַזנבערגס קאַריערע האָט אַרײַנגענומען אַזוי פֿיל זשאַנערן, שפּראַכן און מוזיקאַלישע טראַדיציעס אַז זי איז שווער צו פֿאַרסך־הכּלען אויף איין פֿוס. זי האָט געזונגען ספֿרדישע פּיוטים, ייִדישע און באַלקאַנישע פֿאָלקסלידער, דזשעז, בלוז, אוראַלטע מוזיק פֿון בבֿל, פּאָנקראָק און נאָך. להיפּוך צו ס׳רובֿ זינגער וואָס שאַפֿן אין אַזוי פֿיל פֿאַרשידענע סטילן, קען מען וועגן איר ניט זאָגן אַז זי האָט געהאַט „אַ סך מלאָכות און ווייניק ברכות“. פּונקט פֿאַרקערט. אַז זי האָט געזונגען אויף דזשודעזמע, האָט מען געקענט מיינען אַז דאָס איז איר ספּעציליטעט. און אַז זי האָט געזונגען אויף ייִדיש, צי אַרמעניש, צי סערבאָקראָאַטיש, האָט זי דאָס אויך גוט אויסגעלערנט. זייער ווייניק זינגער האָבן אַזאַ פֿילזײַטיקן רעפּערטואַר און אויף אַזאַ הויכן ניוואָ.
וואָס שייך ייִדיש האָט אײַזנבערג אָנטייל גענומען אין צוויי גרויסע פּראָיעקטן: מיטן היסטאָריקער דוד שניר ז׳׳ל האָט זי אויפֿגעפֿירט אַ קאַבאַרעט־פּראָגראַם וועגן דער האָלענדיש־ייִדישער זינגערין לין ילדתי „די קונסט איז מײַן וואָפֿן“, און מיט איר לאַנגיאָריקן מוזיקאַלישן שותּף, דזשערעמײַאַ לאָקוווּד, האָט זי פֿאַרוואַנדלט לידער פֿון ציליע דראָפּקין אין געזאַנג.
אַז איך האָב די וואָך דערציילט חבֿרים וועגן דזשוליאַס שאַפֿונגען און פּערזענלעכקייט, איז מיר תּמיד געקומען צו רייד דאָס וואָרט „ענערגיע“. קיין סך מענטשן זינגען ניט מיט אַזוי פֿיל ברען און כּוונה ווי זי. אַזוי איז זי אויך געווען בײַם רעדן און פֿאַרברענגען מיט מענטשן — איר גײַסט איז געווען פּשוט ניט אײַנצוצאַמען. און פֿאָרט — אַזוי ווי איר חבֿר און קאָלעגע דוד שניר ז׳׳ל, אויף וועמענס הזכּרה זי האָט געזונגען אין דעצעמבער, איז זי פֿריצײַטיק אַוועק נאָך אַ לאַנגער, אַכזריותדיקער קראַנקייט.
פּאַסיק דערפֿאַר, מיין איך, איז צו שטעלן אַ ווידעאָ אין וועלכן זי און דוד זינגען צוזאַמען. אין דענווער, קאָלאָראַדאָ, האָבן זיי רעקאָרדירט עטלעכע לידער בײַם קבֿר פֿונעם ראַדיקאַלן ייִדישן פּאָעט דוד עדעלשטאַט. אינעם דאָזיקן ווידעאָ, פּראָדוצירט דורך דער אָרגאַניזאַציע „ייִדישקייט“, זינגען זיי אָבער ניט קיין ליד פֿון עדעלשטאַטן, נאָר אַ ליד פֿון חיים אַלעקסאַנדראָוו, „חוהלע איז פֿון דער אַרבעט געגאַנגען“, וואָס שילדערט ווי אַ יונגע פֿרוי ווערט דערשאָסן דורך דער פּאָליציי בשעת אַ שטרײַק. פֿאַרשידענע פֿאָלקלאָריזירטע נוסחאָות פֿונעם ליד האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער מיזרח־אייראָפּע. אָט קען מען, למשל, הערן ווי ליפֿשע שעכטער־ווידמאַן האָט עס געזונגען.
כּבֿוד דזשוליאַס און דודס ליכטיקן אָנדענק!
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor