Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דאָס איזאָלירן באָבע־זיידע באַשיצט זיי אָבער איז אַ קלאַפּ פֿאַר ייִדישער המשכדיקייטIsolating our grandparents – medically necessary, but devastating for Jewish continuity

וואָס האָבן מיר אָנגעוווירן נאָך אַ יאָר אָן משפּחה־טרעפֿונגען?

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש

ס׳איז שוין פֿאַרבײַ אַ גאַנץ יאָר זינט דער קאָראָנאַ־ווירוס איז אָנגעפֿאַלן אויף אונדז ווי אַן עלעפֿטע מכּה.

במשך פֿון דער צײַט זענען מער ווי אַ האַלבער מיליאָן מענטשן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אומגעקומען פֿון דער מגפֿה. מע וואָלט געקענט מיינען אַז אַזאַ קאַטאַסטראָפֿע וואָלט אַוועקגעלייגט אונדזער געזעלשאַפֿט. פֿאַראַיאָרן פֿרילינג און זומער האָט מען יעדן טאָג געלייענט שרעקלעכע ידיעות: אַז שפּיטאָלן ווערן פֿאַרפֿלייצט מיט גוססדיקע פּאַציענטן, אַז די מתים־שטיבער האָבן שוין מער נישט קיין אָרט אויף די קערפּערס. כ׳האָב זיך שטאַרק געזאָרגט וועגן דעם קאָלעקטיוון גײַסטיקן געזונט פֿון אונדזער געזעלשאַפֿט. כ’האָב זיך פֿאָרגעשטעלט אַז מיליאָנען מענטשן וועלן אַרײַנפֿאַלן אין אַ דעפּרעסיע, אָפּטעמפּן זייער ייִאוש מיט וואַליום און נאַרקאָטיק.

און דאָך האָבן מיר זיך נישט אײַנגעבראָכן. פֿאַרקערט. נישט געקוקט אויף דעם וואָס אַ סך פֿון אונדז האָבן פֿאַרלוירן עלטערן, באָבעס און זיידעס, מומעס און פֿעטערס, שכנים און שיל־מיטגלידער, האָבן מיר זיך אַרויסגעוויזן צו זײַן פּסיכאָלאָגיש שטאַרק ווי אײַזן. מיר האָבן נישט פֿאַרלוירן בטחון אַז אַ וואַקצין וועט אונדז אין גיכן ראַטעווען פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס און איצט זעט די צוקונפֿט טאַקע אויס אַ ביסעלע בעסער. אין אַ וואַקסנדיקער צאָל שטאַטן זענען קינדער שוין ווידער אין שול, כאָטש טיילצײַטיק, און רעסטאָראַנען מעגן שוין אַרײַנלאָזן מענטשן צו זיצן דאָרט און עסן.

אָבער שטילערהייט מאַטערט מיך אַ געוויסער געדאַנק: איז מעגלעך אַז די סיבה פֿאַר וואָס מיר באַוויינען נישט די מער ווי 500,000 קרבנות פֿון דער פּאַנדעמיע — ווײַל דער גרעסטער טייל פֿון זיי — 400,000 — זענען איבער 65 יאָר אַלט? איז מעגלעך אַז, אונטערבאַוווּסטזיניק, האַלטן מיר אַז צוליב דעם וואָס מענטשן אויף דער עלטער לײַדן שוין סײַ־ווי פֿון אַזוי פֿיל קראַנקייטן, אַז זיי וואָלטן איינעם פֿון די יאָרן סײַ־ווי געשטאָרבן? און כאָטש ס׳איז טאַקע טרויעריק, קוועטשן מיר מיט די אַקסלען ווײַל אַזוי גייט דאָס לעבן?

בײַ ס׳רובֿ פֿון אונדז, איז דער ענטפֿער מסתּמא: יאָ.

אַ גרויסע איראָניע פֿון דעם גאַנצן ענין איז וואָס דער באַשלוס נישט אַרײַנצולאָזן געסט, אַפֿילו קרובֿים, אין די הײַזער פֿאַר עלטערע לײַט און די מושבֿ־זקנימס — אַ באַשלוס וואָס האָט געזאָלט באַשיצן די עלטערע לײַט פֿון אָנשטעקן זיך מיטן קאָראָנאַ־ווירוס — האָט, צום באַדויערן, גרינגער געמאַכט מע זאָל אין זיי פֿאַרגעסן און דערבײַ זיך עמאָציאָנעל דערווײַטערן פֿון דער רעאַליטעט אַז אַזוי פֿיל פֿון זיי גייען אויס.

אָדער ווי מע זאָגט: ווײַט פֿון די אויגן, ווײַט פֿון האַרצן.

און דאָס ברענגט אונדז צו אַן אַנדער געדאַנק וואָס מיר, ייִדן, האָבן, אַ פּנים, פֿאַרגעסן. איינע פֿון די וויכטיקסטע ווערטן אין דער ייִדישער טראַדיציע — מע קען אַפֿילו זאָגן, אַן עיקרדיקער מיטל פֿון איבערגעבן די מסורה פֿון איין דור צום צווייטן — איז דער פּרינציפּ פֿון כּיבוד אָבֿ ואם. הגם אַ סך מענטשן זעען דאָס ווי בלויז אַ רעליגיעזע מיצווה (ס׳איז דאָס דאָס פֿיפֿטע פֿון די צען געבאָט), איז זײַן באַטײַט, אין דער אמתן, אַ סך ברייטער.

אין טראַדיציאָנעלע אַשכּנזישע און ספֿרדישע משפּחות הייסט דאָס אָפּגעבן כּבֿוד נישט בלויז טאַטע־מאַמע, נאָר אויך באָבע־זיידע און אַנדערע עלטערע לײַט אין דער קהילה. קינדער האָט מען געלערנט פֿון גאַנץ פֿרי אָן צו באַטראַכטן זייערע עלטערע קרובֿים און שכנים ווי קוואַלן פֿון וויסן, לעבנס־פּראַקטיק און חכמה. אויף ייִדיש האָט מען אין טראַדיציאָנעלע היימען, ווי אַ סימן פֿון דרך־ארץ, זיך געוואָנדן צו זיידעס, באָבעס און אַנדערע עלטערע לײַט אין דער דריטער פּערזאָן ווי, למשל, „צי וויל די באָבע אַ גלעזל טיי?‟, גלײַך ווי מע ווע ווענדט זיך צום ריכטער מיט די ווערטער „אײַער כּבֿוד‟ אָדער צו אַ מלך: „זײַן מאַיעסטעט‟. עד־היום הערט מען בײַ חסידישע משפּחות ווי מע ווענדט זיך צום עלטערן דור אין דער דריטער פּערזאָן.

Can Evrensel Rodrik

קאַן עוורענסעל ראָדריק מיט זײַן באָבע, דאָראַ בעראַהאַ, פֿון וועמען ער האָט זיך געלערנט לאַדינאָ, בעת אַן אינטערוויו אין סטאַמבל. Image by Getty Images

אמת, דאָס אָנהאַלטן כּיבוד אָבֿ איז קיין מאָל נישט געווען קיין גרינגע זאַך. דער גרויסער תּנא, שמעון בר יוחאי, האָט נאָך אינעם צווייטן יאָרהונדערט געשריבן אַז דאָס אָפּגעבן כּבֿוד די עלטערן איז די שווערסטע מיצווה פֿון אַלע. מסתּמא דערפֿאַר מוזן קינדער כּמעט אַ גאַנץ יאָר זאָגן קדיש נאָכן טאַטן אָדער דער מאַמען. אָן דעם התחייבֿות וואָלטן אַ סך פֿון זיי דאָס אין גאַנצן נישט געטאָן.

הײַנט וווינען מיר אין אַ סך אַ פֿרײַערער געזעלשאַפֿט. קינדער מוטיקט מען זיך אַרויסצוציִען פֿון דער היים ווי נאָר זיי דערגרייכן 18 יאָר, און זיך צעשפּרייטן די פֿליגל. אַ סך וווינען ווײַט פֿון טאַטע־מאָמע און באָבע־זיידע, דאַרפֿן זיי זיך ספּעציעל באַמיִען צו בלײַבן אין פֿאַרבינדונג: אָנקלינגען צו זיי כּדי צו דערציילן וואָס ס׳טוט זיך בײַ זיי, אָדער צו בעטן דער באָבעס רעצעפּט אויף האָלישקעס; אָדער זען באָבע־זיידע פּנים־אל־פּנים בעת יום־טובֿדיקע פֿײַערונגען און אַנדערע משפּחהדיקע געשעענישן ווי חתונות אָדער, להבֿדיל, לוויות.

אָבער נאָך דעם יאָר, אין וועלכן די פּאַנדעמיע־באַגרענעצונגען האָבן איזאָלירט די באָבעס און זיידעס פֿון דער געזעלשאַפֿט, זאָרג איך זיך אַ ביסל, ווי אַזוי דאָס האָט געווירקט, און וועט ווײַטער ווירקן, אויף די באַציִונגען צווישן באָבע־זיידע און די אייניקלעך. יענע עלטערע לײַט וואָס ווייסן ווי צו ניצן „זום‟ אָדער וואָס זייער געזונט־באַדינער קען זיי צוהעלפֿן מיט דעם זענען צווישן די מזלדיקע ווײַל זיי קענען כאָטש אָנהאַלטן אַן עלעקטראָנישע פֿאַרבינדונג מיט זייערע ייִנגערע קרובֿים. אָבער בײַ ס׳רובֿ עלטערע לײַט איז די איינציקע ברירה צו רעדן טעלעפֿאָניש — אַליין פּראָבלעמאַטיש, בפֿרט אויב ס׳איז זיי שווער אויפֿן אויער.

אויב די סכּנה פֿונעם קאָראָנאַ־ווירוס וועט ווײַטער פֿאָדערן אַז די עלטערע לײַט זאָלן לעבן אָפּגעזונדערט, וועלן ייִדישע באָבעס און זיידעס, און די טראַדיציעס וואָס זיי האָבן געזאָלט איבערגעבן די קומעדיקע דורות, ווערן מער־ווייניקער אומרעלעוואַנט בײַ ס׳רובֿ פֿון דער יוגנט, בפֿרט בײַ יענע וואָס געהערן נישט צו אַ ייִדישער סבֿיבֿה. דאָס איז אַ שאָד, נישט בלויז וואָס שייך דער צוקונפֿט פֿון ייִדישער המשכדיקייט אין אַמעריקע, אָבער אויך פֿאַר די יונגע אַליין. לויט אַ שטודיע ציטירט אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, האָבן פּסיכאָלאָגן אַנטדעקט, אַז וואָס מער אַ קינד ווייסט וועגן די פֿריִערדיקע דורות פֿון זײַן משפּחה, אַלץ שטאַרקער איז זײַן אָדער איר צוטרוי צו זיך אַליין און אַלץ גליקלעכער איז דאָס קינד בכלל. די משפּחה־געשיכטעס ווײַזן זיי, אַ פּנים, אַז זיי זענען נישט אַליין אין דער וועלט, נאָר זענען טייל פֿון אַ גרעסערער משפּחה (און נאָך מער — פֿון אַ פֿאָלק), און דאָס דינט זיי ווי אַ פּסיכאָלאָגישן אַנקער צו קענען בײַקומען די נסיונות פֿון לעבן.

צום גליק זענען אַ סך עלטערע לײַט שוין וואַקצינירט געוואָן קעגן דעם קאָראָנאַ־ווירוס און, לויטן מעדיצינישן בעל־יועץ צום „ווײַסן הויז‟, ד״ר אַנטאָני פֿאַוטשי, וועלן געזונטע יונגע לײַט שוין אויך קענען וואַקצינירט ווערן, אָנהייבנדיק אין מײַ אָדער יוני. צום באַדויערן ווייסט מען נאָך נישט ווי לאַנג ס׳וועט דויערן ביז די יונגע וועלן קענען וואַקצינירט ווערן, צוליב דעם גרויסן אָנבאָט. הייסט עס, אַז אַפֿילו אויב באָבעס און זיידעס הייבן יאָ ווידער אָן זיך טרעפֿן פּנים־אל־פּנים מיט זייערע אייניקלעך, אַפֿילו אויף בלויז אַ נאָכמיטאָג, וועט מען נאָך אַלץ טראָגן מאַסקעס און זיך טרעפֿן אין דרויסן.

דאָס איז אָבער פֿאָרט מער געוווּנטשן ווי דאָס ווײַטער אָפּזונדערן זיי הינטער פֿאַרשלאָסענע טירן.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.