חנה־פֿײַגלס ליבשאַפֿט פֿאַר מאַמע־לשון איז געווען אין לשערKhane-Faygl’s devotion to Yiddish was unparalleled
כאָטש זי האָט געמאַכט איר דאָקטאָראַט אין ענגלישער ליטעראַטור און קונסט־געשיכטע, האָט זי, אָבער, געאַרבעט פּרינציפּיעל בײַ ייִדיש.

Graphic by Angelie Zaslavsky
חנה־פֿײַגל — אַזוי וועלן מיר זי געדענקען. זי האָט געהאַט דרײַ פֿאַמיליעס: פֿון דער היים ערליך, פֿונעם ערשטן מאַן אייבראַהאַם און פֿונעם צווייטן טערטלטויב, אָבער געווען איז זי חנה־פֿײַגל, איינע און אַ גוטע.
געבוירן געוואָרן איז זי האַרט פֿאַרן סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה אין קאַזאַכסטאַן צו טאַטע־מאַמע פּליטים פֿון פּוילן — די מאַמע פֿון ווישקעווע, דער טאַטע פֿון שאַבעשין. פֿון זיי ביידע האָט זי געירשנט ס׳פּוילישע ייִדיש, פֿון דער מאַמע אַ זעלטענעם דיאַלעקט וווּ נישט נאָר, ווי אין גאַנץ פּוילן, רעדט מען אַרויס פּתח צוויי יודן AY,, נאָר עין אויך — „זען“ ווערט אַרויסגערעדט ZAYN, „לעבן“ LAYBN, „פֿרעגן“ FRAYGN אד״גל. און שטאָלץ איז זי געווען דערמיט אויף אַזוי ווײַט, אַז טאָמער רעדט מען אַרויס איר נאָמען FEYGL שטאָטס FAYGL, האָט זי זיך נישט איין מאָל געחכמהט, מיינט זי, אַז דאָס רעדט מען נישט צון איר, נאָר צון אַ פֿרעמדער.
חנה־פֿײַגלס ליבשאַפֿט פֿאַר מאַמע־לשון איז געווען אין לשער. כאָטש זי האָט געמאַכט איר דאָקטאָראַט אין ענגלישער ליטעראָטור און קונסט־געשיכטע, האָט זי, אָבער, געאַרבעט פּרינציפּיעל בײַ ייִדיש: אויף איר וויזיט־קאַרטל איז אַפֿילו געשטאַנען
Dr. Anita E. Turtletaub
Practice Limited to Yiddish
מיט חנה־פֿײַגלען האָט זיך דער שרײַבער פֿון די שורות באַקענט סוף 1980ער יאָרן בײַ די שעכטערס אין דער היים. אַזאַ וואַרעם האַרץ האָט זי געהאַט, אַז ס׳איז גאָר קיין חידוש נישט, וואָס דווקא זי האָט געפּועלט בײַ ד״ר מרדכי שעכטער, וואָס ער האָט געאירצט כּמעט יעדן איינעם, זיי זאָלן רעדן צווישן זיך אויף דו. נישט ווערן צוגעזאָטן צון אַזאַ מענטש איז זייער שווער. און כּך־הווה.
אַזוי ווי מיר האָבן געוווינט ווײַט איינס פֿון ס׳אַנדערע — זי אין שיקאַגע, איך אין ניו־יאָרק — האָבן מיר זיך זעלטן געטראָפֿן פּנים־אל־פּנים. נאָר ס׳וועט מיר תּמיד קלינגען אין די אויערן די שׂימחה וואָס דערמיט פֿלעג מיך חנה־פֿײַגל באַגריסן דורכן טעלעפֿאָן: „הערשל!!“
אַז ס׳פֿלעג קומען מײַן געבוירן־טאָג, פֿלעג איך פֿון איר קריגן מתּנות. װיל איך אָפּדינען, איז ניין, זי װיל מיר אַפֿילו נישט אויסזאָגן װען איר געבוירן־טאָג פֿאַלט אויס.
אַן אומפֿאַרמאַטערלעכער מענטש, אַן אמתע האָרעפּאַשניצע ווי אַ לערערין, איבערזעצערין און פֿאַרשפּרייטערין פֿון מאַמע־לשון. ס׳גלייבט זיך קוים, אַז זי איז שוין נישטאָ.
די וואָס האָבן זי געקענט וועט זי אייביק אויספֿעלן.
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
— Alyssa Katz, editor-in-chief
