Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נײַע דעה־זאָגערס אין ישׂראל־רעגירונג: נפֿתּלי בענעט און מאַנסור אַבאַסNew Israeli power brokers – Naftali Bennett and Mansour Abbas

אַבאַסעס באַשלוס צו גיין מיט בנימין נתניהו אָדער יאיר לפּיד קאָן באַשליסן ווער ס׳וועט ווערן דער נײַער פּרעמיער.

כ’האָב אין ישׂראל אַן איין־און־איינציקן פֿרײַנד נאָך פֿון אונדזערע אַרגענטינער יאָרן ווען מיר האָבן אין איינעם געלערנט אין דער זעלבער מלוכישער פֿאָלקסשול. שפּעטער זענען מיר אויך צוזאַמען אַרײַן אין דער זעלבער ציוניסטישער יוגנט־באַוועגונג.

פֿון צײַט צו צײַט טרעפֿן מיר זיך און ס’כאַפּט אונדז אַרום אַ וואַרעם געפֿיל און מיר זענען, איינער פֿאַרן צווייטן, אַ שטיקל „רעליקוויע‟, אַ זכר פֿון אונדזער קינדהייט און ביידע אָפּשטאַמיקע פֿון ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות. ווען ער, וואָס האָט זיך באַטייליקט אין אַנטי־נתניהו מאַניפֿעסטאַציעס, האָט מיר ניט לאַנג צוריק אַ פֿרעג געטאָן: „פֿאַר וועמען וועסטו שטימען אין די וואַלן?‟, האָב איך אים עפּעס געענטפֿערט וואָס האָט אים שאָקירט.

זײַן געפֿאַלן פּנים האָט אַלץ געזאָגט און אַזוי האָט זיך אונדזער שמועס פֿאַרענדיקט. ווי איך האָב זײַן אויסדרוק געזען, אַזוי האָט ער מײַנעם געזען און ביז הײַנט טוט מיר וויי אַז צוליב אַ פּאָליטישער סוגיא זאָל אונדזער לאַנגיעריקע באַציִונג געשעדיקט ווערן. פּרוּווט ניט טרעפֿן, ליבע לייענער, פֿאַר וועמען האָב איך יאָ געשטימט. אַלץ איז דאָ פּאָלאַריזירט. כ’האָב אײַך נאָר געוואָלט לאָזן וויסן ווי טיף אין די ביינער דרינגט אַרײַן פּאָליטיק אין אונדזער מיקראָ־געזעלשאַפֿטלעכן לעבן אין ישׂראל. 

אויב אין דער דריטער רונד־וואַלן איז אַבֿיגדור ליבערמאַן מיט זײַנע קוים זיבן דעפּוטאַטן געווען דער וואָג־צינגל פֿון די וואַלן, ס’הייסט דער וואָס האָט געקאָנט באַשטימען וועלכע רעגירונג וועט אײַנשטיין, איז עס דאָס מאָל געווען נפֿתּלי בנט [בענעט], דער געוועזענער זיכערהייט־מיניסטער וואָס שטייט בראש דער רעכטע פּאַרטיי „ימינה‟,  און אויך — אַ גרויסער סורפּריז — מאַנסור אַבאַס וועלכער שטייט בראש רע״ם פֿון דער מוסולמענישער באַוועגונג, וועלכער האָט זיך אָפּגעשפּאָלטן פֿון דער „רשימה המשותפת‟ (בשותּפֿותדיקע רשימה), דער געאייניקטער אַראַבישער פֿראָנט, וואָס האָט במשך פֿון די לעצטע וואַלן באַקומען אַזש פֿערצן דעפּוטאַטן אין כּנסת. דהיינו, אַ ריזיקער נצחון פֿאַר יענער פּאַרטיי.

צוליב דער שפּאַלטונג האָבן זיי איצט באַקומען נאָר זעקס ערטער אין כּנסת. ווען זיי זענען געווען שטאַרק, האָבן די אַנדערע פּאַרטייען זיך אָפּגעזאָגט צו ווערן געשטיצט דורך דער „רשימה המשותּפֿת‟ צוליב איר סימפּאַטיע צו די פּאַלעסטינער שטרעבונגען און אויך ענגע באַציִונגען מיט טעראָריסטן וועלכע זיצן הײַנט אין תּפֿיסה. אַנדערש געזאָגט, אַ גאַנץ ראַדיקאַלער, אנטי־עסטאַבלישמענט פֿאַקטאָר אין דער ישׂראלישער פּאָליטיק.

איז געקומען דער מאַנסור אַבאַס און געזאָגט: „לאָמיר לאָזן אין אַ זײַט אַלע אידעאָלאָגישע פּרינציפּן. די אַראַבישע געזעלשאַפֿט איז פֿול מיט דרינגענדיקע, מוניציפּאַלע פּראָבלעמען. מיר וועלן שטיצן דעם קאַנדידאַט (און ס’קאָן אויך זײַן נתניהו) וואָס גיט אַ שאַנס צו לייזן אונדזערע טאָג־טעגלעכע צרות.‟ גלײַכצײַטיק האָט נתּניהו אָנגעהויבן צו קאָקעטעווען מיטן אַראַבישן ציבור, באַזוכט זייערע שטעט און אַרויסגעוויזן גרייטקייט זיי צו העלפֿן —אויפֿן פּרײַז, פארשטענדלעך, פֿון זייער פּאָליטישער שטיצע.

דאָס האָט פֿאַר די וואַלן אויסגעזען אַ גאָר אויבערפֿלאַכלעכער, אַפֿילו קינסטלעכער שפּיל. אַלע אַנקעטעס און פּאָליטישע קאָמענטאַטאָרן האָבן אויסגעדריקט ספֿקות, צי די אַראַבישע רע״ם־פּאַרטיי וועט אַרײַן אין כּנסת ווײַל מ׳איז געווען זיכער אַז זי וועט ניט באַקומען דעם מינימום צאָל־שטימען וואָס איז נייטיק דערצו. אָבער די רע״ם באַוועגונג מיט אַבאַס בראש איז פֿאָרט אַרײַן און באַקומען זעקס ערטער.

פֿאַר די 61 דעפּוטאַטן וואָס מ’דאַרף פֿאַר אַ מערהייט אין כּנסת איז זעקס ערטער ניט קיין סך. אָבער פֿאַרן ליכּוד וואָס האָט 30 ערטער באַקומען, ס’הייסט די העכסטע צאָל שטימען, מיינט די אַבאַס־פֿראַקציע אַ סך. אויסער זײַנע רעכטע און רעליגיעז־טראַדיציאָנעלע שותּפֿים, מיינען די זעקס אַבאַס־דעפּוטאַטן ממש אַ „מאַיאָנטעק‟ — אפֿשר אַפֿילו אַ מיניסטאָרישן פּאָרטפֿעל. נאָר ער, אַבאַס, האָט אין זײַן לעצטער היסטאָרישער רעדע אויף דער טעלעוויזיע געזאָגט, אַז ער איז ניט אין דער קעשענע פֿון קיינעם. ס’הייסט אַז ער וועט באַטראַכטן ווער פֿון די צוקונפֿטיקע פּרעמיער־מיניסטאָרן וועלן אים אַ שענערן נדן פֿאָרלייגן. מיט דעם וועט ער גיין צו דער חופּה.

צו פֿאַרשטיין ווי קאָמפּליצירט איז די לאַגע, דאַרף מען באַטאָנען, אַז נתניהו האָט באַקומען די העכסטע צאָל שטימען, אָבער דער אַנטי־נתניהו בלאָק, מיט יאיר לפּיד און גדעון סער [סאַאַר], איז איצט גרעסער. די אַרבעטס־פּאַרטיי מיט מירבֿ מיכאלי האָט באַקומען זיבן ערטער און  מר״צ — זעקס. רעלאַטיוו גוטע רעזולטאַטן.

מאָנטיק דעם 5טן אַפּריל האָט דער מדינה־פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין אויפֿגענומען אין זײַן קאַנצעלאַריע די פֿאָרשטייערס פֿון אַלע פּאַרטייען. יעדע פּאַרטיי רעקאָמענדירט וועמען זי פאַרשטייט קאָן בעסער צונויפֿשטעלן די נײַע קאָאַליציע־רעגירונג. צופעליק האָט נתניהו אין זעלבן טאָג זיך צוגעשטעלט צום געריכט, וואָס וועט אויסהערן דעם ערשטן עדות אין די ראַמען פֿון משפּט וואָס מען פֿירט קעגן אים.

ווי אַ פּועל־יוצא פֿון די געשעענישן אין דער אַראַבישער אַרענע, איז גאָר אינטערעסאַנט וואָס אין דעם פּאָפּולערן טעלעוויזיע־קאַנאַל נומער 12 פֿאַרבעט מען איצט מוכמאַד מאַדזשאַדלאַן, אַן אַראַבישן זשורנאַליסט וואָס דאַרף אַנאַליזירן וואָס עס קאָכט זיך אויף דער אַראַבישער גאַס — אַ זאַך וואָס איז, כּידוע, אַ פֿינפֿטל פֿון דער אַלגעמיינער ישׂראל־באַפֿעלקערונג.

ס׳וועט זײַן אינטערעסאַנט צו זען ווער וועט קאָנען צונויפֿשטעלן די נײַע רעגירונג. אפֿשר נתניהו פֿון ליכּוד, וועלכער האָט באַקומען די העכסטע צאָל שטימען? אפֿשר נפֿתּלי בנט פֿון „ימינה‟ אָדער יאיר לפּיד [לאַפּיד] פֿון „יש עתּיד‟ וועלכע שטייען בראש פֿונעם גרעסערן בלאָק פּאַרטייען, אויב דער פּרעזידענט האַלט אַז די לעצטע זענען מער פֿעיִק אויסצופֿירן די מלאכה?

אַ מיאוסע אָבער ניט קיין נײַע דערשײַנונג אין דער היגער פּאָליטיק איז וואָס די פֿירערס פֿון פּאַרטייען פּרוּוון אין אַזאַ מצבֿ צוציִען און אונטערקויפֿן (מיט מיניסטעריומס און אַנדערע הויכראַנגיקע פּאָסטנס) דעפּוטאַטן פֿון אַנדערע פּאַרטייען, כּדי אַזוי אַרום צו פֿאַרפֿעסטיקן די מערהײט אין לייזן דעם פּאָליטישן פּלאָנטער. אַזאַ האַנדלונג איז מאָראַליש אַ בזיון, אָבער פֿון לעגאַלן שטאַנדפּונקט איז זי כּשר. און ווי אינהערהאַלב אַלע פּאַרטייען זענען דאָ תּמיד פֿאַרשידענע דעות און רײַסענישן, געלינגט אָפֿט דעם דרויסנדיקן פֿאַקטאָר אַרויסכאַפּן פֿאַר זיך נאָך אַ „בענקל‟.

די קאָמענטאַטאָרן אין די פֿאַרשידענע טעלעוויזיע־קאַנאַלן, ראַדיאָ־אוידיציעס און אין דער געדרוקטער פּרעסע ברענגען אונדז פֿון הינטער די קוליסן כּבֿיכול דראַמאַטישע נײַעס כּדי אונדז ווײַזן ווי „פֿריילעך‟ און געשפּאַנט עס איז די פּאָליטישע סצענע. נאָר ווי געזאָגט איז דער מצבֿ ווײַט פון אַ נישקשהדיקער. מ’רעדט אַפֿילו וועגן אַ פֿינפֿטער וואַלן־רונדע, ווײַל די שטרויכלונגען בײַם צונויפֿשטעלן די רעגירונג זענען טאַקע זייער שווערע און דערצו זענען אַפֿילו פֿאַראַן פֿאַקטאָרן פֿאַראינטערעסירטע אין אַן אומסטאַבילן מצבֿ.

שוין אַ לאַנגע צײַט, למשל, וואָס די מדינה פֿירט זיך אָן אַ באַשטימטן בודזשעט און גאָר הויכע פּאָזיציעס ווי, אַ שטייגער, פֿון נײַעם לעגאַלן־יועץ פון דער רעגירונג בלײַבן אומבאַשטימט, ווײַל די פּאַרטייען דערגייען נישט צו אַ טאָלק צווישן זיך. דאָס איז יעדעס מאָל שווערער פֿאַר דער באַפֿעלקערונג וואָס האָט סײַ־ווי אַזוי געליטן פֿון דער קאָראָנאַ־מגפֿה און די קאַטאַסטראָפֿאַלע עקאָנאָמישע שאָדנס. אַפֿילו די גרייטקייט פֿון צה״ל אַנטקעגן מיליטערישע געפֿאַרן ווערט אָפּגעשוואַכט ווײַל ניטאָ ווער זאָל אין די הויכע פֿענצטערס אָננעמען די געהעריקע, דרינגענדיקע באַשלוסן. נאָר איין גאָט ווייס ווי וועט מען פֿון דער לאַגע אַרויס.

אַ שטיקל נחמה איז וואָס די מערהײט פֿון דער באַפֿעלקערונג איז שוין וואַקצינירט. אויב עפּעס אַ גאון וואָלט דערפֿינדן אַ וואַקצין קעגן עגאָטריפּן פֿון פּאָליטיקערס וועט אים דאָ, אין ישׂראל, נישט פֿעלן קיין אַרבעט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.