ווי צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון די יונגע קרבנות פֿון דער מירון־טראַגעדיעHow we can honor the memory of the young victims of the Meron tragedy
דער גײַסט פֿון די אומגעקומענע קינדער איז שוין צעקוועטשט געוואָרן אַ סך פֿריִער איידער זייער לעבן איז פֿאַרשניטן געוואָרן.
דאס הארץ רייסט צו זעהן אומגליקליכע משפחות באוויינען זייערע קינדער. מיר זענען אויפגעשוידערט פונ׳ם זינלאזער סטעמפיד וואס האט ליידער באגראבן אזויפיל קרבנות. צופיל זענען אומגעקומען דעם ל׳׳ג בעומר, און אסך מער זענען ביטער געשעדיגט געווארן, פיל פון זיי יונגע מענטשן אין זייער בליענדיגסטע יארן.
שרגי געשטעטנער, איינער פון די אומגעקומענע, האט מיטגעטיילט אין אן אינטערוויו ניין יאר צוריק, וועגן זיין גליק איבער׳ן נייעם מוזיק אלבום וואס ער האט מצליח געווען ארויסצוגעבן. עס פייניגט דאס געוויסן ווען מ׳זעהט אזא איידעלע נפש, וואס איז צוקוועטשט געווארן ה׳׳י.
דער זוהר הק׳ ברענגט אויף מגילת איכה, אז דער חורבן בית המקדש האט נאר געקענט פארקומען אין פיזישן זין, נאכדעם וואס זי איז אין גייסטישן זין שוין לאנג געווען צובראכן. וויבאלד דאס אינערליכע גלאנץ פון כלל ישראל איז ליידער פארברענט געווארן מיט שנאת חנם, פירוד לבבות און הלבנת פנים, איז שוין זייער גרינג געווען פאר׳ן שונא אדורכצודרינגען און פארברענען אויך דאס אויסערליכע גלאנץ…
אזוי קען געזאגט ווערן איבער די שרעקליכע טראגעדיע אין מירון. דאס גייסט פון די יונגע קינדער איז שוין צוקוועטשט געווארן אסך פריער בעפאר זייער לעבן איז פארשניטן געווארן.
וויאזוי קענען מיר פאראייביגן דעם אנדענק פון די יונגע קרבנות? לאמיר לעילוי נשמתם מחשיב זיין מער די יונגע קינדער וועלכע לעבן נאך.
קינדער זיצן טעגליך אין חדר און עס ווערט פארלאנגט פון זיי זיך אהערצושטעלן ווי זיי וואלטן געווען ראבאטן. זיי ברעכן זיך דעם קאפ צו לערנען ענינים וואס זענען נישט רעלעוואנט אין זייער לעבן און דאס רוב קינדער זענען נישט געאייגנט אויף דעם.
יינגלעך מיט אזויפיל כשרונות דארפן שעות נאכאנאנד זיצן אויף איין פלאץ אן קיין סטימולאציע פאר׳ן מח, און זיי ווערן אפט געסטראשעט מיט קלעפ, אויב זיי שטעלן זיך נישט צו גענוי ווי דער מלמד וויל.
ספארט איז ליידער פארבאטן. זיי האבן נישט וואו ארויסצולאזן ענערגיע וועלכע איז וויכטיג פאר׳ן גייסטיקן און פיזישן וואוילזיין פונ׳ם קינד.
א יינגל קומט אהיים פון חדר אויסגעמוטשעט, נאך א לאנגן טאג, און ניטאמאל דאן האט ער מנוחה. ער מעג נישט מסיח דעת זיין מיט א מאווי אדער א ווידיאו געים ווייל דאס איז אויך פארבאטן.
אין ״בעסטן״ פאל איז דאס קינד שטיל מיט א יאוש געפיל און געבט זיך אונטער צום דרוק, פרובירנדיג מיט אלע כוחות כאטש צו באקומען קרעדיט פאר׳ן זיין א וואויל יונגל. אבער אויב האט דאס קינד נאך עטוואס א פונק פון לעבן אין זיך, איז קיין וואונדער נישט וואס ער קומט אהיים מיט א ביטערניש און קריגט זיך ארום מיט די געשוויסטער. און אוודאי ווער באצאלט די פרייז? אויף וועמען׳ס קאפ גייט עס ארויף? אויף די אנגעהארעוועטע עלטערן.
עטליכע וואכן צוריק האב איך צום ערשטן מאל זיך אנגעטראפן אינ׳ם ליד פון מאטי שטיימץ ווי ער דערציילט די מעשה פון יענקעלע הכונס. איך האב זיך ביטער צו-וויינט ווייל עס האט זיך אזוי קלאר ארויסגעוויזן דער תהום וואס איז צווישן די אמאליגע דורות אידן און דעם היינטיגן אונטערדריקטן סיסטעם פון פרומקייט.
די ליבשאפט צווישן א קינד מיט די עלטערן איז אזוי וויכטיק אז איך האב אנגעשריבן א ליד וועגן דעם וואס איר קענט הערן דא.
אמאליגע עלטערן האבן געהאט א געלעגנהייט צו בויען אן אמת׳ן קשר מיט זייערע קינדער, און כאטש זיי האבן גארנישט געוואוסט וועגן פסיכאלאגיע, איז אבער זייער טיפע ליבשאפט געווען דאס גרעסטע געווער פאר זייער קינד, און אים געהאלפן איבערלעבן די ביטערסטע צייטן, און בפרט א חורבן וואס די מענטשהייט האט נאך אזוינס נישט בייגעוואוינט.
היינטיגע עלטערן, לאזט מען נישט לעבן. די משפחות זענען היינט צו טאג פיל גרעסער און די תקנות פון די רבנים ווערן וואס א טאג אלס שטרענגער. ווי עס איז דער שטייגער פון מענטשן אונטער דרוק, לעבט מען אין survival mode און עס איז שווער צו בויען די קשר וואס נאטירליך עלטערן האבן מיט קינדער.
א מענטש קען נישט געבן וואס ער האט נישט, און ווען טאטע מאמע האבן נישט קיין רוהיגקייט און צייט פאר זייער אייגענע הנאה, איז נישט יושר צו ערווארטן אז זיי זאלן מאכן מער צייט זיך אפצוגעבן מיט מער ליבשאפט מיט זייערע קינדער. דער סיסטעם איז צובראכן און מיר צאלן דערויף א ביטערע פרייז.
די מעדיא רעדט אפט וועגן די עוולה וואס די חסיד׳ישע חדרים לאזן נישט זייערע תלמידים באקומען א „בעיסיק עדיוקעישן“ , אבער מ׳פעהלט צו דערמאנען וואס די קינדער באקומען אנשטאט דעם!
די פאקט אז מ׳פלאנצט איין א פחד אין די קינדער איז א פארברעכן.
ווען א קינד ווערט באשולדיגט פאר׳ן האבן מענטשליכע געפילן, לאזט דאס איבער א טיפע רושם, און ס׳איז גורם שעדליכע תוצאות פאר׳ן לעבן.
ס׳איז אן עוולה אז א מלמד זאל אריינלייגן א בושה אין א קינד כאילו ער איז א פראבלעם ווייל ער קען נישט זיך צופאסן צו אוממענטשליכע באדינגונגען.
מיר דארפן זאגן „גענוג!“ צו די אומדערטרעגליכע באגרעניצונגען וואס יונגע פרומע קינדער דארפן אויסשטיין, און נישט מער צולאזן אז דאס חסידישע חינוך סיסטעם זאל צוקוועטשן דעם נפש פון אונזערע יונגע קינדער.
קול דמי אחיך צועקים, דאס בלוט פון אונזערע פארלוירענע ברידער רופט צו אונז:
לאמיר זיך אויפוועקן. מיר ווייסן גוט אז די רבנים האבן נישט קיין פלאן צו ראטעווען אונזערע קינדער. עס ליגט א פליכט אויף יעדן פון אונז צו טאן דאס בעסטע וואס מ׳קען צו העלפן פארעכטן דעם שרעקליכן מצב.
אונזערע קינדער זענען די צוקונפט פון כלל ישראל. וואס פארא צוקונפט ווילן מיר האבן?
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO